דרעפט:רבי יצחק זאב סאלאווייטשיק
הרב יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק, אדער וויאזוי ער איז באקאנט אלס "דער בריסקער רב" אדער "רבי וועלוועלע בריסקער", איז געבוירן אום כ' תשרי תרמ"ו. ער איז געווען דער רב פון דער שטאט בריסק און דער ראש-ישיבה אין בריסק, און שפעטער אין ירושלים.
ער איז געבוירן צום גאון רבי חיים פון בריסק וועלכער האט אין יענע יארן געדינט אלס דער ראש-ישיבה אין וואלאזשין, און צו דער טאכטער פון הרב רפאל שפירא, דער איידעם פונעם נצי"ב. שוין אלס גאר יונגער קינד איז ער באוואוסט געווארן אלס עילוי. ער האט געהייראט דעם טאכטער פון הרב חיים אויערבאך (אן אייניקל פונעם 'אמרי בינה'). בשעת די ערשטע וועלט-מלחמה האט ער געוויילט אין ווארשא, די הויפטשטאט פון פוילן, און איז דארט באשטימט געווארן אלס דער ראש-ישיבת 'תורת חיים', צוזאמען מיט זיין שוואגער הרב צבי הירש גליקסון.
נאך דער פטירה פון זיין טאטן, אין יאר תרע"ח, איז ער אויפגענומען געווארן אלס דער בריסקער רב. ווען די צווייטע וועלט האט אויסגעבראכן, האט ער זיך אויפגעהאלטן אינעם היילונגס-ארט אין שטאט קריניצא, ווייט פון זיין היים, און זינט דאן האט ער זיך נישט אומגעקערט קיין בריסק.
אין דער תקופה פון זיין רבנות אין בריסק, האט הרב אליעזר יהודה פינקל, דער מירער ראש-ישיבה, געשיקט צו אים זיינע בעסטע תלמידים, כדי זיי זאלן הערן זיינע שיעורים.
ער איז אנגעקומען קיין ווילנא, אין דער תקופה וואס אן אפמאך מיט די דייטשע גענעראלן האט ערלויבט פאר מאסן אידן, צווישן זיי פילע ישיבה בחורים, זאלן קענען אנטלויפן פון די איינגענומענע שטחים אין פוילן, קיין ווילנא וואס איז איינגענומען געווען דורך די סאוועיטן. אין ווילנא האט זיך ארום אים ארגאניזירט א "קיבוץ", א גרופע בחורים וועלכע האבן געהערט פון אים שיעורים.
אין יאר תש"א איז אים געלונגען צו אנטלויפן פון אייראפע, און ער איז ארויף קיין ירושלים. זיין פרוי און זיינע דריי קינדער זענען אומגעברענגט געווארן ביי דער מלחמה רח"ל.
אין יאר תש"ה האט ער אנגעהויבן געבן שיעורים ביי זיך אין שטוב פאר זיינע קינדער און פאר א צאל אויסדערוועלטע תלמידים.
אין זיינע לעצטע יארן האט הרב סאלאווייטשיק געליטן פון א שווערע לונגען-קרענק און ער האט צוליב דעם עטליכע מאל געוויילט אין שווייץ, צוליב איר קלארע און געזונטע לופט.
דער בריסקער רב איז נפטר געווארן אום ערב יום-כיפור, א זונטאג, ט' תשרי תש"ך די לוי' איז פארגעקומען דינסטאג צופרי אין ירושלים, אין באטייליגונג פון צוואנציג טויזנט מענטשן. עס זענען נישט געזאגט געווארן קיינע הספדים, און מ'האט אים באערדיגט אין 'הר המנוחות' אין ירושלים.