דרעפט:רש"י

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

שלמה ברבי יצחק, רשׂ"י (ע- בוירּן לויט טייל מיינונגען 1040 אין טרוא, טרויש אין פראנקרייך -- נפטר געװאָרן כ"ה תמוז תתס"ה 1108)), דער באַרימטסטער יידישער מפרש פון חומש און אַנדערע ספרים פון תנ"ך און פון דער גמרא, באַקאַנט מיטן נאָמען רשי (רבנו שלמה יצחקי), ועגן יאָר װען רשייי איז געבוירן געװאָרן זענען פאַראַן חלוקי דעות, טייל מיינען, אַז פריער פון 0. רש"יס פאָטער רבי יצחק איז געווען אַ למדן, און רש"י ברענגט פון זיין נאָמען אַ פּירוש אין עבודה זרה ע"ה. דער הויפּט-רבי פון רש"י איז געווען רבי יעקב בר יקר, אָבער ער האָט אויך געלערנט אין אַנדערע ישיבות פון לאטארינגען (חכמי לותיר), וואו ער האָט צונויפגעזאַמלט פאַרשידענע ,קונטר- סים, אין וועלכע די ישיבה-בחורים האָבן געהאַָט פאַרשריבן פאַרשידענע טייטשן פון דער גמרא. רש"י דערציילט אין ספר הפּדרס, װי ער האָט געלערנט תורה ניט האָבנדיק קיין ברויט צו עסן נאַכער האָט רש"י זיך באַזעצט אין זיין שטאָט טרואַ און באַלד איז ער באַרימט געװאָרן אַלס מפרש פון דער גמרא און עס האָבן אָנגעהויבן שטראמען צו אים פיל תלמידים,. רש"י האָט זיך באַמיט נאָכצוקאָנטראלירן די אַלע פּשטים פון די קונטרסים און ער אַלײן האָט אויסגע" קליבן די בעסטע פון זיי און האָט אויך צוגעגעבן זיינע אייגענע פּשטים, און זי אַלע רעדאַגירט און אויפגעשריבן אין אַ מײיסטערהאַפטער, קלאָרער ורצער שפּראַך, און אַזױ אַרום איז אַנשטאַנען דער פּירוש רש"י אויף גמרא, װאָס איז געװאָרן דער יסוד פון לערנען גמרא ביז אויף היינטיקן טאָג צוליב דעם באַנוצן זיך מיט די קונטרסים װערט גאַנץ אָפט אויך רש"יס פּירוש אָנגערופן דורך די בעלי תוספות ,,פּירוש הקונטרס",. רשי האָט אויך געשריבן אַ פּירוש אויף חומש, װאָס וװערט ביז היינט געלערנט דורך יונג און אַלט,. חומש מיט רש"י; ער | האָט אויך געשריבן פּירושים אויף טייל אַנדערע ספרים פון תנ"ך, פון רש" זענען אויך פאַראַן דער /;ספר הפּרדס אויף דינים און תשובות, ,,ספר האורה" ,סידור'י, שאלות ותשובות, סליחות און װאַרשײנלעך שטאַמט אויך אַ גרויסער טייל פון ,,מחזור וויטרי? (פון זיין תל- מיד רבי שמחה וויטרי) פון רשיי, רשיי האָט קיין זין ניט געהאַט, נאָר דרי טעכטער, און פון זיי האָט ער געהאַט באַרימטע אייניקלעך, די ערשטע בעלי תוספות, ובי שמואל בן מאיר (רשב"ם), / רבנו יעקב תם און אַנדערע. די לעצטע יאָרן פון רש"י זענען געווען פאַרװאָל- קנט דורךף די שרעקלעכע גזרות פון תתנ"ו, קרייץ-פאָרער, נוסעי הצלב (זע ,קרייץ-פאָרער), וועלכע האָבן אויסגע- שאָכטן פיל יידישע קהלות. די לעגענדע דערציילט, אַז רש"י האָט פאָרגעזאָגט דעם פירער פון די קרייץ-פאָרער גאָרפריד פון בױאָן, אַז ער װעט האָבן אַ מפּלה, אַז ער װעט צוריקומען קיין פראַנקרייך מיט 3 ריטער, און אַז אַזױ איז געשען אָבער דאָס איז נאָר אַ לעגענדע. מען דער- ציילט אויך ועגן רשי"'ס מוטער, אַז ווען זי איז געווען שוואנגער מיט רשי איז זי פאַרבייגעגאנגען אַ שמאָל געסל און אַ פור איז דורכגעפאָרן און איר גע- דראט צו טויטן, און איר איז געשען אַ | נס, אַז די װאַנט פון דער זייט גאַס איז געװאָרן איינגעבויגן און די מוטער איז דאָרט אַרין. אַ צווייטע לעגענדע דער" ציילט וועגן רשיי'ס פאָטער, אַז ער האָט געהאָט צו פאַרקויפן אַ בריליאנט און ווען גלחים האָבן אים געװאָלט קויפן פאַר אַ צלם, האָט ער דעם בריליאנט אַרײנגעװאָרפן אין טייך, און דערפאר האָט ער זוכה געװען צו אַזאַ זון. -- רש"יס פּירוש איז געװאָרן אַזױ אָנגע- נומען בכל תפוצות ישראל, אַז מען האָט רש"ן גערופן ,,פּרשנדתא? (דער פּרשן פון דת), און זיין פּירוש אויף חומש איז װאַרשײינלעך געווען דאָס ערשטע העברע- אישע ספר װאָס איז געװאָרן געדרוקט (אין יאָר 14/78, רל"ה). רשיי באַנוצט אין זיין פּירוש געוויסע ספרים פון דק- דוק, זעצט איבער פיל ווערטער אין אַלט- פראַנצויזיש און טיילמאָל אין דייטש, װאָס הייסט ביי אים ,,בלעז",. װעגן דעם איז פאַראַן דאָס בוך פון דארמשטעטער, וועלכער האָט אויפן גרונט פון רש'יס פראנצויזישש וערטער געפאָרשט די אַנטװיקלונג פון פראַנצויזיש. פון פיל ערטער איז צו זען אַז רש"י איז אויך געווען באַקאַנט מיט מעדיצין, װי ווייט רש"י איז געווען אָנגענומען קאָן מען זען דערפון,. װאָס מע רופט אים ,רש"י הקדוש", און פיל פּירושים זענען געשריבן געװאָרן אויף דעם פּירוש רשי אויף חומש (,,מזרחי", ,,שפתי חכמים" און אַנדערע). עס זענען פאַראַן טייל פּירושים וועלכע מען שריײבט צו צו רש"י, אָבער באמת שטאַמען זיי ניט פון רש"י. רבי ישעיה החורויץ איז של"ה שרייבט, אַז רש"י האָט מחבר געווען זיין פּירוש מיט רוח הקודש און מען דאַרף דעריבער מדקדק זיין אין יעדן װאָרט זיינס. -- וועגן רשיי זענען גע- שריבן געװאָרן פיל װיסנשאַפטלעכע אָפּ- האַנדלונגען. אין העברעאיש איוז די בעסטע אַרבעט פון א. מ. ליפשיץ, ,,רש"י.


Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. העלפט איבערשרייבן!