אייוועלט

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


'אידישע וועלט'(ivelt.com) איז א פארום וועבזייטל אויף די אידישע שפראך, געגרינדעט געווארן דורך חסידי'שע יונגעלייט וועלכע שטרעבן צו גיין אין די ערליכע וועגן פון זייערע עלטערן און מנהיגים, מיט'ן ציל אוועקצושטעלן א ריין ארט וואו היימישע אידן זאלן קענען פארברענגען אויף אן ערליכן שטייגער, און צו יעדע צייט טרעפן א גוט ווארט, מיטהאלטן נייעס און אנטוויקלונגען פון ארום די וועלט, ליינען א שטיקל היסטאריע, הנאה האבן פון א זאפטיגע ארטיקל, און געפינען עצות און הילף אויף יעדן הינזיכט פונעם לעבן[1].

אייוועלט לאגא

איבערזוכט

די "היימישע קרעטשמע" איז געגרינדעט געווארן אין יאר 2005, אלס א באזונדער פארום אפטיילונג, אויפ'ן היידפארק וועבזייטל דורך א באנוצער (ניק) גערופן קרעמער[2]. אין יענע יארן זענען אמעריקאנער חסידישער יונגעלייט געווען היבש אקטיוו אויף היידפארק, בעיקר איבער די טעמעס אינערהאלב די חסידישע פאליטיק, וואס זענען געווען באזירט אויף לשון הרע און מחלוקות. דער ניק קרעמער האט דעריבער באשלאסן צו עפענען א ווינקל אין היידפארק וואס זאל זיין אוועקגעשטעלט אויף פארברענגען און שמועסן געשמאק, אן קיין צוטריט פאר מחלוקת און אנדערע אומגעוואונטשענע זאכן.

אין יאר 2006 איז די "היימישע קרעטשמע" אריבער צו אן אייגענעם וועבזייטל[3]. דער אדמין פונעם סייט האט זיך גערופן מיט'ן ניק נאמען "arender"[4]. ער האט באזירט דעם סייט אויף די בחינם'דיגע PHPBB סאפטוועיר, און געעפנט אן אייגענעם דאמעין http://www.heimishekretchme.com/.

מיט א יאר שפעטער 2007 איז דער סייט איבערגעפרישט געווארן, מ'האט געטוישט דעם נאמען אויף "אידישע וועלט" און אריבערגעפירט צום דאמעין http://www.yiddishworld.com/. אין יענע צייט האט מען צוגעלייגט נאך טיילן צום וועבזייטל, אחוץ דעם פארום, עס האט פארמאגט נייעס און בילדער אפטיילונגען, און א וויקי.

אום יולי 21 2008 האט דער וועבזייטל געקראכט און דער גאנצער סערווער איז חרוב געגאנגען, עד היום איז נישט קלאר וואס איז געווען די סיבה דערצו, טייל שפעלאציעס זאגן אז ס'איז געווען אינערליכע סאבאטאזש. למעשה האט מען באוויזן א גרויס חלק דערפון צוריקצוברענגען[5][6]. אין יענעם דעצעמבער האט מען אריבערגעפירט דעם סייט צו א נייעם איבערגעפרישטן פלאטפארמע[7], וואס האט בלויז פארמאגט דעם פארום אפטיילונג. זינט דאן האט מען איינגעפירט פארשידענע זיכערהייט מאסנאמען אז ס'זאל נישט נאכאמאל פאסירן.

אין יאר 2023 איז דער סייט אריבער א ריזיגער אפדעיט[8], אין צוזאמענהאנג מיט'ן רעוואלוציע קאמפיין, וואס האט ענטהאלטן פארשידענע פונקציעס צו מאכן באקוועמער דעם סייט, צווישן דעם א לייק קנעפל זיך צו באדאנקען פאר קאמענטארן וואס מען גלייכט.

כדי צו קענען שרייבן

וואלן

תקנות און צענזור

די אידישע וועלט פארומס פארמאגט א רייע תקנות און רעגולאציעס, און עס ווערט געפירט מיט א שטרענגע צענזור, כדי דאס פלאץ זאל זיין אויסגעהאלטן על פי תורה און גלייכצייטיג באקוועם פאר אלע מיטגלידער. די תקנות זענען מחייב אלע באניצער פונעם סייט, און אויף א פארלעצונג קען מען ווערן אויסגעשפארט[9].

די תקנות נעמען אריין אז מען זאל נישט שרייבן איבער פריוואטע מענטשן, נישט אריינגיין אין שמועסן וואס גרעניצן זיך מיט לשה"ר און הלבנת פנים, נישט לייגן קיין בילדער פון פרויען, און אומאויסגעהאלטענע לינקס. די תקנות ווערן אינפארסירט דורך די מנהלים און אחראים אויפ'ן סייט, וואס פארמאגן די מעגליכקייט צו פארריכטן און פארמעקן תגובות, און אויסשפארן באנוצער.

דער סאמע קאנטראווערסיאלער תקנה איז אז אזויווי די פארוואלטער פון דעם פלאץ געהערן צו סאטמאר, דארף אלעס וואס ווערט געשריבן זיין אויסגעהאלטן לויט די שיטה פון הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע. און ס'איז נישט ערלויבט צו שרייבן ציונות, שרייבן אויף העברעאיש, און באריכטן פאליטישע נייעס פון מדינת ישראל[10]. גאר א שטארקע דגוש ווערט געלייגט זיך צו האלטן נוטראל און נישט זיך מישן אינערהאלב די מחלוקת פון חסידות'ן, ובפרט די סאטמארע פאליטיק. טראצדעם זענען כסדר פארהאן קעגנזייטיגע באשולדיגונגען אז די הנהלה איז גענויגט מער צו איין זייט.

טייל באנוצער קענען זיך צומאל אפרעדן אויף די שטרענגע צענזור אינפארסירונג, און עס קומט פאר כסדר'דיגע דעבאטעס מיט די מנהלים איבער דעם[11]. אבער מערסטנס באנוצער זענען איינשטומיג אז עס מוז זיין א געוויסער צענזור צו האלטן דעם סייט אין די ראמען.

אין יאר תשע"ב האבן א צאל אקטיווע באנוצער פון אייוועלט, זייענדיג אויפגעברויזט אויף די שטרענגע צענזור, אפגעלאזט דעם סייט, און זענען אריבער צו אן אייגענעם פארום מיט'ן נאמען קאווע שטיבל. א פיל ווייניגער אקטיווער סייט, וואו עס איז ערלויבט צו לייגן בילדער פון נשים, און צו שרייבן ליבעראלע און אפיקורס'ישע געדאנקען, רוב היימישע פילטערס לאזן נישט קיין צוטריט דערצו.

אין יאר 2023 האבן עטליכע באנוצער וואס באלאנגען צו חסידי מהר"א מ'סאטמאר געהאלטן אז די הנהלה פירט זיך נישט יושר'דיג מיט זיי, און האבן געגרינדעט א נייעם פארום אידטיש, וואס איז ווייניגער שטרענג מיט צענזורירן די שמועסן ארום חסידות און פאליטיק[12]. דער משומר פילטער וואס באלאנגט צו מהרי"י, טוט נישט ערלויבן צוטריט דערצו[13], דערפאר איז דער סייט געווענליך מער גענויגט מער צו צד מהר"א.

גילוי

גאר א הארבע פארצעלונג איז די נושא פון גילוי. אזויווי רוב באנוצער באהאלטן זייער אידענטיטעט און שרייבן אונטער א שלייער פון א ניק...

אפטיילונגען

דער אייוועלט סייט איז אייגעטיילט אין א צאל אפטיילונגען, עס פארמאגט נייעס אפטיילונג

קרעטשמע

פארברענגען

תורה

אינטערהאלטונגס

יעזורו

אייוועלט קאודס

במשך די יארן האבן זיך אנטוויקלט א צאל קאוד ווערטער וואס זענען בלויז פארשטענדליך פאר די אייוועלט באנוצער, און זענען נישט באנוצט אין די אלגעמיינע אידישע שפראך[14].

פאלגנד זענען א צאל קאודס פון די "אייוועלט שפראך" מיט זייערע טערמינען:

  • תגובה - אזוי ווערט גערופן א פאוסט וואס עמיצער שרייבט אויף אייוועלט.
  • אשכול - די תגובות זענען סארטירט אין אשכולות לויט די נושאים און ענינים.
  • ניק - איז דער באנוצער-נאמען וויאזוי מען רופט זיך.
  • צ"ק - אקראנים פאר "צום קעפל", ווען א שמועס פארפארט פונעם קעפל פונעם אשכול, און שרייבט עפעס וואס באציעט זיך צום קעפל, און נישט צום פריערדיגן שמועס.
  • זיראנץ - א צאמשטעל פון "זערא טאלעראנץ". דער באגריף איז געשאפן געווארן דורכ'ן מנהל יאנאש, און ווערט באנוצט צו באצייכענען אן אשכול וואס ווערט שטרענגער אינפארסירט ווי אין אלגעמיין.
  • אישי - א פריוואטע מעסעזש.
  • מחישי - א מעסעזש וואס מען באקומען פונעם אחראי, ווען עפעס וואס מ'האט געשריבן ווערט פארמעקט. צאמשטעל פון "מחיקה אישי".
  • גילוי - אנפלעקן די אידענטיטעט פון א ניק.
  • אהאנגז"א - א פאפולערע אשכול מיט'ן קעפל "איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:"[15].

פראיעקטן

מורשת חכמי אמעריקא

הוצאות ספרים ד'אייוועלט

מי מנוחות

שרייבער אויסגאבע

אייוועלט סידי פראדוקשאן

תחיית המתים קאמפיין

רעוואלוציע קאמפיין

פארמעסטן

אייוועלט-לאגא פארמעסט![16]

שירי קודש

דרויסנדיגע לינקס

מפתח אויף אייוועלט סייט, לקוטי בתר לקוטי - רעים'ס מפתחות דורך רעים, מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 3:51 pm

ליפא שמעלצער אדערסירט אייוועלט, ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט, דורך ליפא שמעלצר, מיטוואך מארטש 02, 2022 5:19 am


רעפערענצן

  1. תקנות, אויף אייוועלט
  2. קרעמער, אינטערוויא מיט'ן מייסד הקרעטשמע "קרעמער", אויף אייוועלט
  3. היימישע קרעטשמע
  4. arender, ברוכים הבאים, אויף אייוועלט, ‏דאנערשטאג יוני 22, 2006 10:37 pm
  5. arender, מיר זענען צוריק אפען + סך הכל, אויף אייוועלט, ‏מוצ"ש אוגוסט 07, 2010 9:22 pm
  6. arender, וואס איז געווען, וואס גייט אי"ה זיין + וויכטיגע אינפארמאציע, אויף אייוועלט, ‏מיטוואך יולי 28, 2010 11:26 am
  7. arender, אלעס איבער דאס איבערבוי פונעם סייט., אויף אייוועלט, ‏זונטאג דעצעמבער 12, 2010 11:19 pm
  8. arender, וועבזייטל אפדעיט זונטאג תרומה תשפ"ג באריכט, אויף אייוועלט, ‏זונטאג פעברואר 19, 2023 11:10 am
  9. תקנות, אויף אייוועלט
  10. תקנה 2, אויף אייוועלט
  11. אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט, אויף אייוועלט
  12. אידטיש - צייט פאר התבוננות, אויף אידטיש
  13. אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש, אויף אידטיש
  14. אייוועלט קאודס..., אויף אייוועלט
  15. איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:, אויף אייוועלט
  16. אייוועלט-לאגא פארמעסט!