רוי:רבי שמעון נתן נטע בידערמאן (קראקע)

פון המכלול
ווערסיע פון 15:40, 14 מאי 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "לעלאוו" ב־"לעלוב")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי שמעון נתן נטע בידערמאן
געבורט י"ח אייר ה'תרכ"ט
טויט ג' תשרי ה'תר"צ (אלט: 60)
5'טער לעלובער רבי

רבי שמעון נתן נטע בידערמאן (י"ח אייר תר"ל1870 - ג' תשרי תר"צ, 1929) איז געווען דער פינפטער לעלובער רבי.

ביאגראפיע

ער איז געווען דער זון פון רבי דוד צבי שלמה בידערמאן און זיין ווייב מרים, א טאכטער פון רבי נח פינחס הורוויץ פון בראד און צפת. ער האט געהייראט מרת חנה, די טאכטער פון רבי יוסף ציינווירט פון קראקע. ער געווען איינער פון די חכמים פון  ישיבת שער השמים. ער איז ארויסגעפארן קיין פוילן אין די יארן תרנ"ג, תרס"ו און תרע"ג. ביי זיינע נסיעות איז ער געבליבן א לאנגע צייט ביי זיין רבי'ן רבי ישראל פערלאוו, דער סטאלינער רבי. אין תרע"ג האט ער זיך באזעצט אין קראקע און געפירט זיין הויף דארט. אין תרפ"ו, נאך 13 יאר, אין ער צוריק קיין  ארץ ישראל וואו ער האט זיך באזעצט אין דער אלטשטאט ירושלים, דארט האבן די חסידים פון זיין פאטער, וואס איז נפטר געווארן אין תרע"ח, מקבל געווען זיין אדמורו"ת. ער אליין איז געבליבן א קארלינער חסיד.

נאך דער פטירה פון זיין ווייב (בערך אין תר"ע) האט ער חתונה געהאט בזיווג שני מיט דער אלמנה פון הרב אברהם שווארץ, אב"ד פשעמישל.

משפחה

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!