רוי:אזאסקו
דער ארטיקל איז אינמיטן די ארבעט: צו פאַרמיידן רעדאגיר קאנפליקטן און דאָפּלטע אַרבעט, ביטע נישט רעדאַגירן דעם ארטיקל איידער דער מעלדונג איז אַוועקגענומען, סיידן איר האט דאס קאארדינירט מיט דער וואס האט עס געשטעלט.
| ||
דער ארטיקל איז אינמיטן די ארבעט: צו פאַרמיידן רעדאגיר קאנפליקטן און דאָפּלטע אַרבעט, ביטע נישט רעדאַגירן דעם ארטיקל איידער דער מעלדונג איז אַוועקגענומען, סיידן איר האט דאס קאארדינירט מיט דער וואס האט עס געשטעלט. | |
שמועס |
|
אזאַסקו (פארטוגעזיש: Osasco) איז א שטאט אין סאו פאולא פראווינץ אין דרום בראַזיל.
אין יאר 2020 איז זיין באפעלקערונג געווען 699,944 אויף א שטח פון 64.935 קוואדראט קילאמעטער. דאס ענגקייט אין שטאט איז ענליך צו די ענגקייט פון ניו יארק סיטי און טאקיא.
דער מאטא פונעם שטאט איז "Urbs labor", אן אויסדרוק אין לאטייניש וואס מיינט "שטאט פון ארבעט".
היסטאריע
אזאסקו איז געגרינדעט געווארן אינעם 19טן יארהונדערט דורך אן איטאליענער עמיגראנט פון אזאסקו, איטאליע, וועלכע האט גערופן דעם נייעם ישוב נאך זיין היימשטאט, אזאסקו. דער ישוב האט זיך אנטוויקעלט און איז געווארן א חלק פונעם שטאט סאו פאולא.
אויף פעברואר 19, 1962. איז אזאסקו געווארן א זעלבסטשטענדיגע שטאט פאר זיך, נאך דעם וואס די ארטיגע באוואוינער האבן דערפאר געשטימט.
דאס גרעסערע חלק פונעם באפעלקערונג באשטייט פון אפשטאמיגע פון עמיגראנטן וועלכע זענען אנגעקומען אהין במשך פונעם סוף 19טן יארהונדערט און אנפאנג 20סטע יארהונדערט פון איטאליע, שפאניע, פארטוגאל, דייטשלאנד, ארמעניע, ארץ ישראל, לבנון און יאפאן.
רעפערענצן
דרויסנדע לינקס
- אפיציעלע וועבזייטל (פארטוגעזיש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!