רוי:רב אביתר גאון
רב אביתר גאון בן רב אליהו הכהן גאון (אויך: רב אביתר הכהן; ד'תת"ב – ד'תתע"ג), איז געווען פון די גאונים פון ארץ ישראל ביי די ענדע פון תקופת הגאונים און אנהייב תקופת הראשונים (וואס האט דאן געהייסן "הרבנים"), און דער לעצטער ראש ישיבה פון די ישיבה אין ארץ ישראל - "ישיבת גאון יעקב".
אין זיין צייט איז פארגעקומען א גרויסער סכסוך צווישן רבי אביתר גאון און א צווייטן גאון דוד, וועלכער האט זיך באזעצט אין מצרים. וועגן דעם דאזיגן סכסוך, האט מען געפונען אין קאיר גניזה א ספעציעלע "מגילת אביתר", וואס געבט אונז וויכטיגע ידיעות וועגן דער געשיכטע פון די אידן אין ארץ-ישראל אין יענע צייטן.
אין די צייטן פון רבי אביתר גאון האט זיך אנגעהויבן צווישן די אידן א משיח-באוועגונג, און רבי אביתר האט געשריבן א בריוו וועגן דעם.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!