רוי:קרית יטב לב
קרית יטב לב איז א געגנט אין בלומינגבורג, ניו יארק, וואס איז באפעלקערט דורך אידן סאטמארער חסידים.
היסטאריע
ביז יאר 2006 למספרם (ה'תשס"ו) איז די ווילידש אוו בלומינגבערג געווען פון די קלענערע ווילידשעס אין ניו יארק סטעיט, גרויס בלויז 192 אקער לאנד. אין יענעם יאר האבן א גרופע חסידישע דיוועלאפערס אנעקסירט 241 עקער פון די טאון אוו מאמעקעטינג צום ווילידש. די אנעקסעישן איז אריבער זייער גרינג אן קיין שטערונגן אדער פארשלעפינגן [יאר'ן שפעטער ווען די שכנים זענען געוואר געווארן אז חסידים האבן עס געטאן, האבן זיי דאן פרובירט עס צוריקצודרייען אין געריכט, דער אפפעלעט דעוויזע האט אבער ארויסגעשליידערט דעם קלאגע און באשטעטיגט די אנעקסעישן].
אין יאר ה'תשע"ב איז בלומינגבורג אויפגעשטאנען לתחיה צו ווערן די נייע שטאט קרית יטב לב.
4 | קרית מלך רב - קרית יטב לב
די "פובליק ווארקס" דעפארטמענט גיט זיך
אפ מיט אויפהאלטן די ראודס און אנדערע
אינפרא-סטרוקטור אינעם ווילעדזש, ווי
וואסער, סוער, ווי אויך מיט פיצן די שניי ווען
עס פעלט אויס. עס איז דא אן ארבעטער אויף
פעיראל אלס DPW צו אויספירן די
אויפגאבעס.
אלע פינאנציעלע זאכן פונעם ווילעדזש ווערן
געפירט דורך די פינאנץ דעפארטמענט.
פעיראל, בילס, שטייערן, אא"וו. דער "טעקס
קאלעקטאר" וואס גיט זיך אפ מיט די
שטייערן וואס לאקאלע איינוואוינער באצאלן
פאר‘ן ווילעדזש צו קענען אנגיין.
די אדמיניסטראציע און מוניציפאלע
רעגירונג סיסטעם אין בלומינגבורג ווילעדזש
איז א מוסטער פון רעספעקט און
צופרידנהייט פון אלע תושבי הווילעדזש.
מעיאר מר. ראסעל וואוד יר"ה איז באליבט
און געשעצט ביי יעדן איינעם צוגלייך,
ספעציעל מיט זיין לאנגיאריגע
באקאנטשאפט דורכאויס אלע שטאפלען פון
די נייע אנטוויקלונגען אין שטאט פון די
ערשטע געדאנקען ביז די היינטיגע
פרעכטיגע מציאות פון קרית יטב לב.
מעיאר מר. וואוד, א בלומינגבורג
איינוואוינער פון זיין פריעסטן יוגנט, איז
געווען א מיטגליד אויפ‘ן טאון באורד פון
מאמאקעיטינג זייט 11 ’ביז 15 ’למספרם.
פארדעם איז ער געווען 10 יאר א מיטגליד פון
די "פלענינג באורד" אין בלומינגבורג, וואס
מיינט פון 01 .’אין 16 ’איז ער געלאפן פאר
מעיאר פון בלומינגבורג, און געווינען מיט א
ברייטע מערהייט, אריינפירנדיג די שטאט אין
די נייע רואיגע עפאכע וואס גייט אן בס"ד עד
היום הזה און אזוי ווייטער. פייער
קאמישענער פאר 12 יאר, דינט נאך היינט
אויף דעם פאזיציע
אזוי ארום האט דער געטרייער מעיאר
מיטגעהאלטן אלעס, ממש פון די ערשטע
בראשית צייטן, נאך אין תש"ע-תשע"א, ביים
פלאנצן די ערשטע שריט, און אזוי ווייטער
ביי די ערשטע "סעמפל הייזער" און די
מעכטיגע סוער פלענט, די אנהויב פון
שטארקע אפאזיציע אין די קומענדיגע יאר-
צוויי, די אנקום פון די ערשטע משפחות –
ברוכים הבאים בשם ד‘ – חנוכה תשע"ד –"ועל
הניסים ועל הפורקן" אויפ‘ן התייסדות פון די
נייע היימישע שטאט קרית יטב לב שטעטל
אין בלומיגנבורג – ורוח הקודש אומרת כן
ירבה וכן יפרוץ, די ווייטערדיגע שריט פונעם
ווילעדזש און טאון במשך תשע"ד-ה, ליהודים
היתה אורה אדר תשע"ו דער "מעמד היסוד"
פון קרית יטב לב, די עפענונג פון תלמוד
תורה גלייך נאך פסח, די עפענונג פון בית
רחל לבנות פאר ראש השנה תשע"ז, דער
חנוכת הבית צום פראכטפולן בנין המוסדות
לשם ולתפארת ווינטער ע"ז, די אומאפיציעלע קרוין פון בלומינגבורג אלס "אפשטעל סטאנציע" פאר מנחה-מעריב און הרחבת הדעת במשך זומער אין קאנטרי, די באנייאונג פונעם 5 מיליאן דאלארדיגע סוער פלענט אין בלומינגבורג סוף זומער ע"ז, די ערשטע "פאראלעל כיתה" אינעם תלמוד תורה אנהויב זמן החורף תשע"ח, די איבערגאנג פון היסטארישע צאל משפחות אריבער הונדערט און צוואנציג כן ירבו בליעה"ר, אויף וואס די הייליגע חז"ל זאגן אין מסכת סנהדרין פרק א‘, אז מיט אזא מספר איז עס שוין ראוי צו הייסן א שטאט... בורא עולם בקנין השלם זה הבנין... ואחרי כן יקרא לך עיר הצדק קרי‘ נאמנה בקרב בית ישראל לעד ולעולמי עולמים.
מעיאר וואוד האט דאס אלעס מיטגעהאלטן, זייענדיג אויף די פראנט ליניעס פון בלומינגבורג אלע יארן, מיטהאלטנדיג פון זיין אייגנארטיגן פערספעקטיוו דעם והי‘ ראשיתך מצער, און די ערשטע שטראלן פון ואחריתך ישגה מאוד.
אצינד, האלטנדיג דא מיט די דראמאטישע היסטאריע פון בלומינגבורג, און די ראלע פון מעיאר במשך די אלע יארן, לאמיר אים געבן דעם מיקראפאן צו הערן זיין פערזענליכע געשיכטע בשייכות מיט‘ן התייסדות פון "קרית יטב לב.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!