רוי:בלומינגבורג

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:בלומינגבורג, ניו יארק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

בלומינגבורג (ענגליש: Bloomingburg) איז א דאָרף אין סאליוואן קאונטי אינעם שטאָט מאמאקעיטינג, ניו יארק, ביים גרעניץ פון אראנדזש קאונטי. לויט די 2020 צענזוס איז די באפעלקערונג 1,032, א 140 פראצענטיגע וואוקס זינט די פארלאפענע צענזוס.

בלומינגבורג איז א ווילעדזש, א חלק פון טאון אוו מאמאקעטינג, וואס איז א חלק פון סאליווען קאונטי, וואס איז א חלק פון ניו יארק סטעיט.

דער ווילעדזש האל געפינט זיך אויף 13 נארט ראוד. דער מעיאר פונעם ווילעדזש איז מר. ראסעל וואוד דשוניער. דער מעיאר איז באויפטראגט צוזאמען מיט די טראסטיס פונעם ווילעדזש. די אנדערע צוויי ערוועלטע "טראסטיס" זענען אהרן צבי ראבינער און שמואל זאנוויל וויינגארטן. דער מעיאר פירט די טאג-טעגליכע ווירטשאפט פון די רעגירונג, אבער די "באורד אוו טראסטיס" האט פולע איבערזיכט אויף די ווילעדזש רעגירונג. די "באורד" האט א "טראסטי מיטינג" יעדן צווייטן דאנערשטאג, 6 אזייגער אין אווענט. אין ווילעדזש זעלבסט זענען דא עטליכע איינגעשטעלטע, ווי קלוירק, טרעזשורער, לאיער, טעקס קאלעקטאר, בילדינג אינספעקטאר, ווילעדזש דזשאדזש, און די פארשידענע געהילפן און שטאב מיטגלידער אין די אלע אפיסעס. דער ווילעדזש האט עטליכע אפטיילונגען ווי "זאונינג באורד אוו אפיעלס", בילדינג דעפארטמענט, סאניטעישאן דעפארטמענט, פובליק ווארקס דעפארטמענט, פינאנץ דעפארטמענט, וואס זענען וויכטיג פאר די רוטינע ווירטשאפט אין ווילעדזש.

דער ווילעדזש קלוירק אפיס שטייט אין שפיץ פון די לאקאלע רעגירונג ווירטשאפט, מיט אלע פאפיר-ווערק און אפליקאציעס. אז מען וויל סיי וואס פון די ווילעדזש רעגירונג, גייט מען צום קלוירק. דער אפיס פונעם קלאר קלוירק איז אפען יעדן מאנטאג ביז דאנערשטאג פון 9 אינדערפרי ביז 3 נאכמיטאג.

נאכ‘ן קלוירק'ס אפיס, איז די גרעסטע אפטיילונג אין ווילעדזש די "בילדינג דעפארטמענט". די "בילדינג דעפארטמענט" איז פונעם ווילעדזש פאראנטווארטליך פאר די סטעיט בילדינג קאוד, סטעיט פייער פריווענשאן קאוד, סטעיט האוזינג קאוד, סטעיט ענערדזשי קאוד, ווי אויך אויף די פארשריפטן פון סטעיט, קאונטי, טאון און ווילעדזש אויף פלענינג און זאונינג, וואסער פארשריפטן, אין די גרעניצן פונעם ווילעדזש.

דאס ווערט אויסגעפירט און אבזערווירט דורך דעם ווילעדזש בילדינג אינסעפעקטאר מיט איבערזיכט פונעם מעיאר און ווילעדזש באורד. דער בילדינג דעפארטמענט איז באאויפטראגט צו באהאנדלען אלע פערמיטן בשייכות מיט סיי וועלכע בוי פראיעקטן.

ווען עס קומט אריין אין אפליקאציע צו טוישן זאונינג, איז געווענליך דער פראצעדור אז בעפאר די בילדינג דעפארטמענט נעמט אויף די אפליקאציע, גייט מען ערשט צום "זאונינג באורד אוו אפיעלס" פאר א רעקאמענדאציע יא אדער ניין בעפאר די ווילעדזש באורד קען עס אויפנעמען. לעצטנס ארבייט מען אויף א טויש אפילו נאך פאר די "זאונינג באורד" גיט א רעקאמענדאציע, זאל דער ווילעדזש יא קענען אויפנעמען די אפליקאציע, כאטש די "זאונינג באורד" דארף נאך אלץ געבן א רעקאמענדאציע צו דער ווילעדזש זאל עס באשטעטיגן אדער נישט.

די "זאונינג באורד אוו אפיעלס" ("זי. בי. עי.") באשטייט פון פינעף מיטגלידער און צוויי אלטערנאטיווען צי פארזיכערן אז ביי יעדע הירינג איז דא גענוג מיטגלידער. די מיטגלידער זענען עוזיאל פליישמאן, טשעירמאן; חיים לעבאוויטש; משה גאנץ; משה פריעד; און דזשים דזשאנסאן. די אלטערנאטיווע מיטגלידער זענען חיים משה פעקעטע און אלימלך בנציון מארקאוויטש. די זי. בי. עי. באורד טרעפט זיך יעדן צווייטן דינסטאג, 7 אזייגער אין אווענט.

די סאניטעישאן דעפארטמענט איז באאויפטראגט אויפצונעמען די סאניטאציע פונעם ווילעדזש. די באשטימטע צייט וואס די טראקס פארן ארום אויפנעמען די מיסט איז יעדן דינסטאג. דער ווילעדזש האט אויך א ריסייקלינג פראגראם, און אלע ריסייקלינג מאטעריאל ווערט ארויסגעלייגט מאנטאג אווענט. נאכדעם וואס די מיסט ווערט אויפגענומען, דארפן די מיסט קאסטנס ווערן צוריק געשטעלט ביים הויז ביז א טאג פאר די קומענדיגע מיסט אויפנאמע.

אויך ווערט אראנדזשירט א "באלק פיק-אפ" צו העלפן תושבי העיר וואס לייגן ארויס גרעסערע זאכן אוועקצופירן אין מיסט.

די "פובליק ווארקס" דעפארטמענט גיט זיך אפ מיט אויפהאלטן די ראודס און אנדערע אינפרא-סטרוקטור אינעם ווילעדזש, ווי וואסער, סוער, ווי אויך מיט פיצן די שניי ווען עס פעלט אויס. עס איז דא אן ארבעטער אויף פעיראל אלס DPW צו אויספירן די אויפגאבעס.

אלע פינאנציעלע זאכן פונעם ווילעדזש ווערן געפירט דורך די פינאנץ דעפארטמענט. פעיראל, בילס, שטייערן, אא"וו. דער "טעקס קאלעקטאר" וואס גיט זיך אפ מיט די שטייערן וואס לאקאלע איינוואוינער באצאלן פאר'ן ווילעדזש צו קענען אנגיין.

היסטאריע

דאס דארף אין געגרינדעט געווארן אין יאר 1833 (ה'תקצ"ג) און איז געווען דער ערשטער פלאץ פאר די קאונטי'ס הויפטקווארטיר, וואו עס דאן געווען א טייל פון די ארגינעלע טאון אוו מאמאקעטינג, וואס געפינט זיך ביים דרום-מזרח עק פון סאליווען קאונטי וואס גרעניצט זיך מיט אראנדזש קאונטי. בלומינגבורג איז אויך אמאהל געווען א פאפולערער ביזנעס און רעזארט פלאץ, ביז א גרויסער פייער אין פעברואר 1922 וועלכער האט פארברענט פילע גאסט-הייזער וואס מען האט נישט רענאווירט זינט דאן. עס איז דעמאלטס געווארן א צענטער פאר אגריקולטור.

עטליכע גרויסע זומער קעמפס זענען געווען לאקירט לאנגע יארן אין דעם שטעטל.

דער טאון אוו מאמאקעטינג איז געגרינדעט געווארן ניינציג יאר פריער, אין יארע תק"ג, ולמספרם 1743. עס איז געווען די ערשטע אפיציעלע "טאון" אינעם שטח וואס איז היינט סאליווען קאונטי, וואס איז נאך דעמאלט געווען פון אלסטער קאונטי, איינס פון די ארגינעלע 12 קאונטיס אין ניו יארק סטעיט. ערשט אין 1803 איז אלסטער קאונטי געווארן צוטיילט, און סאליווען קאונטי איז געגרינדעט געווארן, און דעמאלט זענען די הויפט אפיסעס פון די קאונטי באשטימט געווארן אין בלומינגבורג. היינט צו טאגס איז סאליווען קאונטי הויפטקווארטירט אין מאנטיסעלאו.

פונקט ווי היינט איז די היימישע געגנט אין בלומינגבורג עסטאבלירט אלס א הויפט סטאנציע צווישן ניו יארק סיטי און די קעסטקילס – די סטראטעגישע מיטל-פונקט צווישן קרית יואל און די קאנטרי – איז די געגנט שוין אין די זעלבע ראלע הונדערטער יארן נאכאנאנד. שוין צוריק מיט צוויי הונדערט יאר האט פונקציאנירט דארט די "ניובערג-קאשעקטאן טוירנפייק", א שאסיי וואס איז געלאפן צווישן ניובערג, בלומינגבורג, מאנטיסעלאו, און ווייטער מערב ביז בירגהעמפטאן און ווייטער אריין אין פענסילוועניע.

די נאמען "ניובערג-קאשעקטאן טוירנפייק" איז שוין אראפ פון די מאפע, אבער די שאסיי זעלבסט איז היינט באקאנט אלס די "17-קעי" צווישן בלומינגבורג און ניובערג, און די "17-בי" צווישן מאנטיסעלאו און פאסטערדעיל. די איבעריגע טייל פונעם "טוירנפייק" איז געווארן בעסער אויסגעפלאסטערט אלס "רוט 17" פונעם טרואוועי ביז באפעלאו. (די "אלטע 17" צווישן קרית יואל און מאנסי, און ווייטער די "ניו דזשערסי 17", איז א המשך פונעם "ניו יארק 17").

בלומינגבורג איז געווארן די עקאנאמישע מאטאר פאר די גאנצע געגנט. צוויי ברידער מיטן נאמען ווארטס האבן געבויט א קאנאל, א נידעריגע וואסערל צו קענען פירן סחורה גרינגערהייט, גערופן די "דעלאוועיר ענד האדסאן קאנאל". דורך דעם וואסער וועג האט מען אנגעהויבן צו ברענגען גרויסע זאפאסן פון קוילן פון פענסילוועניע צו די קעטסקילס און אראפ דורך די האדסאן ריווער ביז ניו יארק סיטי. רייזנדע סוחרים און ארבעטער האבן איינגעקויפט סחורה אין די גרויסע שטאט און דאס ווייטער פארקויפט אין די אפסטעיט געגנטער, פירנדיג צו אסאך ביזנעס אין די שטעטלעך לענגאויס פונעם קאנאל. שפעטער האט מען געבויט באנען אויף רוב חלקים פונעם געבויטן קאנאל, אבער מען קען נאך זען פארשידענע וואסער וועגן אין סאליווען קאונטי וואס זענען טייל פון יענעם קאנאל. קאונטי באאמטע האבן די לעצטיגע יארן געווידמעט אסאך אויפמערקזאמקייט אויפ'ן היסטאריע פונעם קאנאל, און געלייגט שילדן אויף פארשידענע פלעצער וואו מען קען עס זען.

אין און ארום בלומינגבורג, ווי אויך לענגאויס די 209 און אנדערע לאקאלע וועגן, זענען דא אסאך שטיינערנע ווענט און מויערלעך און צומאל גרעסערע געביידעס אויך פון שטיינער. דאס אלעס האט מען דעמאלט געבויט, אין די 17טע און 18טע יאר-הונדערט עפאכע, ווען מער און מער מענטשן זענען געקומען צו די געגנט, און האבן זיך געוואלט באשיצן פון די ארגינעלע אינדיאנער, דורך די שטיינערנע צוימען און מויערן. נישט ווייט פון די היימישע געגנט אין בלומינגבורג, ביים ווינקל פון רוססא געפ (Roosa Gap) ראוד און פיקלס (Pickles) ראוד, וואס איז בלויז ארום 4 און א האלב מייל צפון פון ווינטערטאן קארנער טשעסטנאד רידזש ראוד, געפינט זיך די היסטארישע "פארט רוססא", א פעסטונג געביידע וואס מר. רוססא און זיין זון האבן געבויט אין יאר ה'תצ"א, למספרם 1731. די געביידע שטייט נאך היינט, באצייכנט אלס די עלטסטע פארבליבענע געביידע אין גאנץ סאליווען קאונטי.

די "209" איז נישט נאר די אפיציעלע וועג פון עקזיט 113 צום 52 און די היימישע קעמפס און קאנטריס, דערונטער די סאטמארער קעמפס. די 209 איז די ערשטע געפלאסטערטע שאסיי אין גאנץ אמעריקע, ארגינעל מיט'ן נאמען אלס די "אלד מיין (מינע) ראוד," געגרינדעט דורך די ערשטע האלאנדישע אימיגראנטן אין אפסטעיט. אסאך זאכן דארט ווערן גערופן מיט האלאנדישע נאמען, למשל אלע "קיל" נעמען, ווי קעטס'קיל'ס, אדער פארשידענע וואסערלעך, ווייל א קליינע וואסער שטראם הייסט "קיל" אויף האלאנדיש.

די נייע אימיגראנטן אין די געגנט האבן אויפגעבויט לעדער פאבריקן, נוצנדיג די פעל פון פערד און אנדערע חיות. ביי די ציווילע קריג אין די 1840ער יארן, איז 80 פראצענט פון די לעדער גענוצט אין די מלחמה געקומען פון די אפסטעיט פאבריקן. אויך האט מען געבויט מינעס אין די געגנט צו גראבן פאר אסאך ערליי מעטאל, און דאס האט מען אויך גענוצט ביי די ציווילע קריג. ביי די צענזוס פון 1790 (ה'תק"נ) האט שוין די טאון געהאט א באפעלקערונג פון איבער פופצן הונדערט מענטשן. מיט די אנטוויקלונג פון מער און מער באנען, איז די געגנט פון בלומינגבורג געווען אין צענטער פון די ערשטע שטארקע אויפבלי פון די קעטסקילס. אין זומער צייט, זיך צו שיצן פון די היצן אין ניו יארק סיטי, איז מען ארויסגעפארן צו די קאנטרי, פירנדיג צו די ערשטע כוואליע פון האטעלן און ריזארטן – דעמאלט נאך מיט גאר אנטיסעמיטישע שטריכן, ווי די שילדן אויף טירן צו פארבאטן אידן און הינטלעך. די גרעיט דעפרעשאן פון די 1920 יארן האט אפגעשטעלט די מאסיווע טוריזם אויף עטליכע צענדליגער יארן, בערך ביז נאך די צווייטע וועלט מלחמה. הייזער און האטעלן זענען געבליבן פארפאלן, און וואנדאלן האבן דאס אונטערגעצינדן. אסאך פייערן האבן דעמאלט פאסירט ביי די פארלאזטע פלעצער. ווינטער ה'תרפ"ב איז געווען א גאר שווערע פייער אין בלומינגבורג, וואס האט פארניכטעט אסאך געסט הייזער ביז'ן גרונד אן קיין שום איבערבלייבעניש. אין די אנהויב 1900 יארן איז געווען א שווערע אונטערגאנג פון טי. בי. לונגען אינפעקציעס אין ניו יארק סיטי, און מען פלעגט פירן די פאציענטן קיין אפסטעיט, צו זיין אפגעזונדערט פון די לאקאלע באפעלקערונג. אסאך פארלאזטע הייזער און האטעלן זענען געווארן שפיטעלער, אדער "סענאטאריומס" אין יענע צייט. דאס איז כמעט עלימינירט געווארן מיט‘ן אויפקום פון אנטיביאטיקס. נאך די צווייטע וועלט מלחמה, מיט גרינגערע טראנספארטאציע און גוטע עקאנאמיע, און ווייניגער אנטיסעמיטיזם, איז די טוריזם און וואקאציע פון אפסטעיט געקומען צו די גרעסטע עפאכע, אבער ליידער מיט שוואכערע אידישקייט.

אידישע היסטאריע פון שטעטל

קינדער אין בלומינגבורג אויפן וועג צום נייעם בנין הת"ת

ווי ציטירט אין דער איד, פרשת פנחס ה'תשע"ח, פון הרב יונה לאנדא, טרעפט מען שוין א רב ביי די אידישע קהלה אין ניובערג[אויסקלארונג פארלאנגט], וואס איז געווען נאנט פארבינדן מיט בלומינגבורג דורך די דערמאנטע "טוירנפייק". צווישן די ריזארטס און קאנטריס אין בלומינגבורג ראיאן וועלעכע האבן אויפגעבליעט אין די תש"י-כ יארן, איז געווען א היימישע קאנטרי מיט א קיבוץ אידן פון די "מלאכים", וואס די זכרונות פון די דאזיגע היימישע קאנטרי ווערט נאך דערמאנט אסאך פילע היימישע אידן פון פריערדיגן דור. אינעם ארטיקל ווערט אויך דערציילט אז א היימישער איד האט אונטערזוכט אן אלטע הויז אויף נארט סטריט אין בלומינגבורג, און געפינען דארט אין קעלער א מקוה מיט א צינור מי גשמים פון דאך.

ביים "מעמד הנחת אבן הפינה" צום בנין התלמוד תורה אין בלומינגבורג, במעמד טויזענטע אידן זונטאג פרשת עקב ה'תשע"ז. האט הרב מאיר שניצלער, גבאי ביהמ"ד הגדול אין וומסב"ג און אמאליגער הויז-בחור ביים אלטן סאטמארער רבי'ן, דערציילט בזה"ל, ווי דאן באריכטעט אין דער איד:

די געגנט דאָ אין בלומינגבורג ברענגט אַרויף אַ ביסל נאָסטאַלגישע זכרונות, נישט ווייט פון דאָ, ממש דאָ נאָך וואורטסבאָראָ, איז דאָ אַ קליין דערפל, פיליס קאַרד, איך געדענק אַלס קינד בין איך געווען צוויי זומערס אין דעם קאָנטרי, מיר געדענקען נאָך ווען דער רבי זי"ע איז דאָ אַדורכגעפאָרן דאָס שטעטל, און ווען ער איז אָנגעקומען צו פיליס קאַרד זענען געשטאַנען אינדרויסן די קינדער פון דער קאָנטרי. דאָרט זענען געווען מיט אונז צוויי גאָר חשוב‘ע אידן הרה"ח ר' זאַנוויל גערטנער ז"ל און הרה"ח ר‘ יוסף פלאָר ז"ל, וואָס זיי זענען געשטאַנען צוזאַמען אינדרויסן און געטאַנצט ווען מען האָט באַמערקט דעם רבי'נס קאַר האָט 'אראָפּגעסלאָוט' און געפאָרן לאַנגזאַמער, האָבן מיר געהאַט די זכיה צו זען דעם רבי'נס הייליגע צורה, וואָס איז גאָר אַסאַך ווערד געווען פאַר אונז, און די קאַר האָט זיך דאָרט אָפּגעשטעלט פאר אונז, דאָס ברענגט אַרויס אַז דער רבי האָט שוין מקדש געווען דאָס פּלאַץ אַדורכפאָרנדיג.

מער פרטים זענען אנטדעקט געווארן ווען א גאסט, אן עלטערער איד וועלעכער עס איז נאך נישט געלונגען צו אידענטיפיצירן ביים נאמען, האט באגעגנט א תושב אינדרויסן פון שטוב אין צענטער פון שטאט און האט געזאגט אז ס'איז אים א געוואלדיגע שמחה צו זען די אנטוויקלונג פון נייעם ישוב, ווייל ער געדענקט נאך דאס פלאץ ווען ער האט דארט געוויילט אלס קינד אין קאנטרי.

דער איד האט געזאגט ער געדענקט נאך פון עטליכע אין פופציג יאר צוריק, ווען דער אלטער סאטמארער רבי האט זיך אפגעשטעלט אין די בלומינגבורג קאנטרי אויפ'ן וועג פארנדיג צו באזוכן די סאטמארער קעמפס. ווי נאר די קאנטרי איינוואוינער זענען געוואויר געווארן אז דער רבי געפינט זיך בתוכם איז זיך יעדער צוזאמגעלאפן. די קינדער האבן זיך אנגעטאן בגדי שבת און ארויס מקבל פנים זיין דעם צדיק. דער רבי האט גענומען שלום פון די קינדער, און האט אנגעוואונטשן און איבערגעלאזט ברכת קדשו פאר די קינדער, אלע איינוואוינער, און די גאנצע געגנט.

במשך די יארן זענען געווען אין בלומינגבורג די פאלגנדע ריזארטס און קאנטריס: פעיר אוקס, גרינבערגער‘ס, מעיפל גראוו, מנורה קאטעדזשעס, פעיר וויו, קאראנעט, מאונטען וויו, ספרינג פארעם, פאוזנער, טעראוס, טייכ‘ס, זאפאל‘ס, און נאך גרעסערע און קלענערע קאלאניס, קאטעדזשעס, האטעלן, און פריוואטע זומער הייזקעלעך.

קרית יטב לב

Postscript-viewer-blue.svg קרית יטב לב

אין יאר תשע"א זענען די ערשטע קערנדלעך געפלאנצט געווארן פאר דער אנטוויקלונג פון דעם נייעם היימישן יישוב אין ווילעדזש אוו בלומינגבורג. מען גיבט אריין די סייט פלענער און סוב-דיוויזיע אפליקאציע פאר די ווילעדזש באאמטער.

אין תשע"ב איז געווארן אראפגעלייגט די פארלאנגטע 'באנד' אויף אינפראסטרוקטור פראיעקטן פאר די ווילעדזש באאמטער. ווילעדזש פלענינג באורד באשטעטיגט אז די תנאים וואס די ווילעדזש האט פארלאנגט צו באשטעטיגן די סייט פלען און סוב-דיוויזשאן זענען געווארן אויסגעפירט.

דריי הייזער זענען געבויט געווארן אלס מוסטער אין תשע"ג. די שטח פונעם דעוועלאפמענט איז געווארן צוגעגרייט צו בויען. מען באקומט די נויטיגע פערמיטן פונעם ווילעדזש צו גיין פאראויס מיט'ן ריזיגן סוער פלענט און אינפראסטרוקטור פארן אנטוויקלונג פונעם שטאט.

48 דירות אין 12 געביידעס ווערן אויפגעבויט, דער יישוב הויבט אן ווערן אנטוויקלט טראץ שטרויכלונגען אין וועג.

די ערשטע משפחות האבן זיך אריינגעצויגן אין קרית יטב לב אין תשע"ה, זיי עפענען דעם וועג פארן ציבור ארויס פונעם דירות פראבלעם אין ניו יארק סיטי.

דער "מעמד היסוד" ווערט אפגעהאלטן אין תשע"ו צו דער עפענונג פון די תלמוד תורה תורה ויראה און בית רחל דרבינו יואל מסאטמאר אין קרית יטב לב, בהשתתפות אלפי חסידי סאטמאר אין שפיץ פון דעם סאטמאר רבי'ן.

ביז תשע"ז איז די צאל משפחות אין יישוב איז שוין אריבער פינף און אכציג.

דער נייער צענטראלער ביהמ"ד "בית יהושע" האט געעפנט טויערן אלס שטאטישער צענטער פאר תורה און תפילה אין תשרי תשע"ח. פלענער פאר א פרישער ביהמ"ד אויף מעין סט. ווערט פארגעשטעלט. וועט אנטהאלטן א שיינעם היכל ביהמ"ד, מקוה, היכל התורה און חדרי תפילה.

מען באווייזט אריינצוברענגען א יושר'דיגן קאנסילמאן אינעם טאון באורד, דורך פאזיטיווע צוזאמענארבייט מיט די גוי'אישע שכנים.

מען שטעלט אויף א מהודר'דיגן עירוב ארום דער גאנצער שטאט וואס ווערט פארפארטיגט אום חודש טבת תשע"ח.

אפריל לויפט דער מעיאר פון שטאט פאר ווידערוויילונג; זעצט זיך אראפ מיט תושבי קרית יטב לב, אין א היסטארישער צוזאמענארבייט. אלע אינדארסירטע קאנדידאטן געווינען.

ניי-ערוועלטער באורד שטימט אום חודש ניסן צו עלימינירן געזעץ וועלכע באצווינגט אייגנטימער צו פארדינגען נאר פאר סיניארס די היקארי קארט דירות. באשטעטיגעט נייע לאָקאַלע געשעפטן אויף מעין סט.

בלי פונעם ישוב פארלאנגט פרישע פארברייטערונגען ביים צענטראלן ביהמ"ד בית יהושע, בוי-ארבייט צו פולקאם פארגרעסערן בית המדרש גייט אפיציעל אריין אין קראפט.

נאך א געהויבענעם שב"ק בצל כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין ישוב אנהייב זומער, קומט פאָר צווישן פילע אנדערע טעטיגע עסקנות פון הרחבת הגבולין, אן אסיפה מיט ראשי קהלה איבער פרישע דירות.

קהל יטב לב עפנט ביהמ"ד אויף שב"ק אין בנין התלמוד תורה, ווערנדיג דער פערטער ביהמ"ד אין שטאט. אויך ווערט געעפענט דער סאטמאר'ער פלייש געשעפט.

ו’ אלול ביומא דהילולא פון הרה"ק בעל ייטב לב זי"ע, ווערט אפגעהאלטן די ערשטער דינער לטובת המוסדות בראשות כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.

עס קומט פאָר די יציקת הבורות פאַר'ן נייעם פּראַכטפולן מקוה שע"י ביהמ"ד בית יהושע.

אין תשע"ט, שטייט שוין דער מספר תושבי הישוב קרוב צו 150 משפחות.

צענטראלע סאטמאר'ע קהילה אין וויליאמסבורג אנאנסירט "ליעס-טו-ביי" פראגראם אין קרית יטב לב, ארויסצוהעלפן און גרינגער מאכן פאר משפחות אנ"ש אין ברוקלין צו מאכן דעם אויסוואל אויף קויפן דירות אין ישוב.

צום פרישן ווינטער-זמן תשע"ט ציילט דער מספר התלמידים קרוב צו פיר-הונדערט כ"י, עס ווערט געעפנט א פאראלעל אין כיתה א'.

א תושב הישוב מאכט חתונה א טאכטער בשעה טובה, דאס ערשטע פארפאלק וואס פארבלייבט וואוינען אין ישוב.

דאנערשטאג ויצא אינדערפרי קלינגט אפ אויף דער היימישער גאס די פאזיטיווע אַ טוויקלונג, אז דער אטוירני דזשענעראל פון ניו יאָרק, האט נאָך אַ פארצויגענער ביוראקראטישער פראצעדור באַשטעטיגט די "עידזש-או-עי" פון דעם טשעסטנאט רידזש דעוועלאפמענט אין קרית יטב לב. דאס עפענט בעז"ה די וועג צום פולקאמען אויפבלי פונעם שטאט.

געאגראפיע

די ווילידזש האט 0.69 קוואדראט מייל, אלעס דערפון לאנד. עס גרעניצט זיך מיט אראנזש קאונטי. די געוועזענע ניו יארק רוט 17 לויפט אדורך די ווילידזש. עטליכע בענק און רעסטאראנען געפינען זיך אין בלומינגבורג, וועלכער איז ווי א צענטער פאר די ארומיגע שטעטלעך. ווען מ'קומט צו פארן פון ניו יארק סיטי ניצט מען דעם ארויסגאנג 116.

דעמאגראפיע

די דורכשניטליכע איינקונפט פון א הויז איז געווען ביי $38,571.[ווען?]

פערזענליכקייטן

  • אהרן הערש ראבינער – ווילידש טראסטי
  • זאנוויל וויינגארטן – ווילידש טראסטי
  • עדווארד האנטער – סענאטאר פון וויסקאנסין - געבוירן אין בלומינבגורג אין 1826

מעיאר וואוד

ראסעל וואוד, א בלומינגבורג איינוואוינער פון זיין פריעסטן יוגנט, איז געווען א מיטגליד אויפ‘ן טאון באורד פון מאמאקעיטינג זייט 2011 ביז 2015 למספרם. פארדעם איז ער געווען 10 יאר א מיטגליד פון די "פלענינג באורד" אין בלומינגבורג, וואס מיינט פון 2001. אין 2016 איז ער געלאפן פאר מעיאר פון בלומינגבורג, און געווינען מיט א ברייטע מערהייט. פייער קאמישענער פאר 12 יאר, דינט נאך היינט אויף דעם פאזיציע.

וועב-לינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!