רוי:קרית יטב לב
קרית יטב לב איז א געגנט אין בלומינגבורג, ניו יארק, וואס איז באפעלקערט דורך אידן סאטמארער חסידים.
היסטאריע
אין יאר ה'תשע"ב איז בלומינגבורג אויפגעשטאנען לתחיה צו ווערן די נייע שטאט קרית יטב לב.
ביז יאר '06 למספרם די ווילידש אוו בלומינגבערג איז געווען פון די קלענערע ווילידשעס אין ניו יארק סטעיט גרויס בלויז 192 אקער לאנד. אין יאר תשס"ו האבן א גרופע דיוועלאפערס אנעקסירט 241 עקער פון די טאון אוו מאמעקעטינג צום ווילידש. די אנעקסעשן איז אריבער זייער גרינג אן קיין שטערונגן אדער פארשלעפינגן [יאר'ן שפעטער ווען די שכנים זענען געוואר געווארן אז חסידים האבן עס געטאן, האבן זיי דאן פרובירט עס צוריקצודרייען אין געריכט, דער אפפעלעט דעוויזע האט אבער ארויסגעשליידערט דעם קלאגע און באשטעטיגט די אנעקסעשן].
אין רעגירונג-שפראך, איז "בלומינגבורג" א ווילעדזש, א חלק פון א טאון, וואס איז א חלק פון סאליווען קאונטי, וואס איז א חלק פון ניו יארק סטעיט.
דער ווילעדזש האלל געפינט זיך אויף 13 נארט ראוד. דער מעיאר פונעם ווילעדזש איז מר. ראסעל וואוד דשוניער. דער מעיאר איז באויפטראגט צוזאמען מיט די טראסטיס פונעם ווילעדזש. די אנדערע צוויי ערוועלטע "טראסטיס" זענען העסקנים החשובים מו"ה אהרן צבי ראבינער הי"ו און מו"ה שמואל זאנוויל וויינגארטן הי"ו. דער מעיאר פירט די טאג- טעגליכע ווירטשאפט פון די רעגירונג, אבער די "באורד אוו טראסטיס" האט פולע איבערזיכט אויף די ווילעדזש רעגירונג. די "באורד" האט א "טראסטי מיטינג" יעדן צווייטן דאנערשטאג, 6 אזייגער אין אווענט. אין ווילעדזש זעלבסט זענען דא עטליכע איינגעשטעלטע, ווי קלוירק, טרעזשורער, לאיער, טעקס קאלעקטאר, בילדינג אינספעקטאר, ווילעדזש דזשאדזש, און די פארשידענע געהילפן און שטאב מיטגלידער אין די אלע אפיסעס. דער ווילעדזש האט עטליכע אפטיילונגען ווי "זאונינג באורד אוו אפיעלס," בילדינג דעפארטמענט, סאניטעישאן דעפארטמענט, פובליק ווארקס דעפארטמענט, פינאנץ דעפארטמענט, וואס זענען וויכטיג פאר די רוטינע ווירטשאפט אין ווילעדזש.
דער ווילעדזש קלוירק אפיס שטייט אין שפיץ פון די לאקאלע רעגירונג ווירטשאפט, מיט אלע פאפיר-ווערק און אפליקאציעס. אין אנדערע ווערטער, אז מען וויל סיי וואס פון די ווילעדזש רעגירונג, גייט מען צום קלוירק. דער אפיס פונעם קלאר קלוירק איז אפען יעדן מאנטאג ביז דאנערשטאג פון 9
אינדערפרי ביז 3 נאכמיטאג.
נאכ‘ן קלוירק‘ס אפיס, איז די גרעסטע אפטיילונג אין ווילעדזש, נאטורליך, די "בילדינג דעפארטמענט." ביז נישט לאנג צוריק איז דער אפיס געווען גאר שטיל, נאטורליך, אבער זייט די נייע שטעטל איז צושטאנד געקומען, איז די בילדינג דעפארטמענט העכסט פארנומען. לויט‘ן געזעץ, איז די "בילדינג דעפארטמענט"
פונעם ווילעדזש פאראנטווארטליך פאר די סטעיט בילדינג קאוד, סטעיט פייער פריווענשאן קאוד, סטעיט האוזינג קאוד, סטעיט ענערדזשי קאוד, ווי אויך אויף די
פארשריפטן פון סטעיט, קאונטי, טאון און
ווילעדזש אויף פלענינג און זאונינג, וואסער
פארשריפטן, אין די גרעניצן פונעם ווילעדזש.
דאס ווערט אויסגעפירט און אבזערווירט
דורך דעם ווילעדזש בילדינג אינסעפעקטאר,
מיט איבערזיכט פונעם מעיאר און ווילעדזש
באורד. דער בילדינג דעפארטמענט איז
באאויפטראגט צו באהאנדלען אלע פערמיטן
בשייכות מיט סיי וועלכע בוי פראיעקטן.
ווען עס קומט אריין אין אפליקאציע צו טוישן
זאונינג, איז געווענליך דער פראצעדור אין
בלומינגבורג אז בעפאר די בילדינג
דעפארטמענט נעמט אויף די אפליקאציע,
גייט מען ערשט צום "זאונינג באורד אוו
אפיעלס" פאר א רעקאמענדאציע יא אדער
ניין בעפאר די ווילעדזש באורד קען עס
אויפנעמען. לעצטנס ארבייט מען אויף א
טויש אפילו נאך פאר די "זאונינג באורד" גיט
א רעקאמענדאציע, זאל דער ווילעדזש יא
קענען אויפנעמען די אפליקאציע, כאטש די
"זאונינג באורד" דארף נאך אלץ געבן א
רעקאמענדאציע צי דער ווילעדזש זאל עס
באשטעטיגן אדער נישט.
די "זאונינג באורד אוו אפיעלס" באשטייט פון
פינעף מיטגלידער, און צוויי אלטערנאטיווען,
צי פארזיכערן אז ביי יעדע הירינג איז דא
גענוג מיטגלידער. די מיטגלידער זענען
העסקנים החשובים מו"ה עוזיאל פליישמאן
הי"ו טשעירמאן, מו"ה חיים לעבאוויטש הי"ו,
מו"ה משה גאנץ הי"ו, מו"ה משה פריעד הי"ו
און מר. דזשים דזשאנסאן. די אלטערנאטיווע
מיטגלידער זענען העסקנים החשובים מו"ה
חיים משה פעקעטע הי"ו און מו"ה אלימלך
בנציון מארקאוויטש הי"ו. די "זי. בי. עי."
באורד טרעפט זיך יעדן צווייטן דינסטאג, 7
אזייגער אין אווענט.
די סאניטעישאן דעפארטמענט איז
באאויפטראגט אויפצונעמען די סאניטאציע
פונעם ווילעדזש. די באשטימטע צייט וואס די
טראקס פארן ארום אויפנעמען די מיסט איז
יעדן דינסטאג. דער ווילעדזש האט אויך א
"ריסייקלינג" פראגראם, און אלע
"ריסייקלינג" מאטעריאל ווערט
ארויסגעלייגט מאנטאג אווענט. נאכדעם
וואס די מיסט ווערט אויפגענומען, דארפן די
מיסט קאסטנס ווערן צוריק געשטעלט ביים
הויז ביז א טאג פאר די קומענדיגע מיסט
אויפנאמע.
אין די יעצטיגע וואכן, ווי אין פילע אנדערע
געגנטער, ווערט אראנדזשירט א "באלק פיק-
אפ" צו העלפן תושבי העיר וואס לייגן ארויס
גרעסערע זאכן אוועקצופירן אין מיסט.
ווילעדש קארידארן
4 | קרית מלך רב - קרית יטב לב
די "פובליק ווארקס" דעפארטמענט גיט זיך
אפ מיט אויפהאלטן די ראודס און אנדערע
אינפרא-סטרוקטור אינעם ווילעדזש, ווי
וואסער, סוער, ווי אויך מיט פיצן די שניי ווען
עס פעלט אויס. עס איז דא אן ארבעטער אויף
פעיראל אלס DPW צו אויספירן די
אויפגאבעס.
אלע פינאנציעלע זאכן פונעם ווילעדזש ווערן
געפירט דורך די פינאנץ דעפארטמענט.
פעיראל, בילס, שטייערן, אא"וו. דער "טעקס
קאלעקטאר" וואס גיט זיך אפ מיט די
שטייערן וואס לאקאלע איינוואוינער באצאלן
פאר‘ן ווילעדזש צו קענען אנגיין.
די אדמיניסטראציע און מוניציפאלע
רעגירונג סיסטעם אין בלומינגבורג ווילעדזש
איז א מוסטער פון רעספעקט און
צופרידנהייט פון אלע תושבי הווילעדזש.
מעיאר מר. ראסעל וואוד יר"ה איז באליבט
און געשעצט ביי יעדן איינעם צוגלייך,
ספעציעל מיט זיין לאנגיאריגע
באקאנטשאפט דורכאויס אלע שטאפלען פון
די נייע אנטוויקלונגען אין שטאט פון די
ערשטע געדאנקען ביז די היינטיגע
פרעכטיגע מציאות פון קרית יטב לב.
מעיאר מר. וואוד, א בלומינגבורג
איינוואוינער פון זיין פריעסטן יוגנט, איז
געווען א מיטגליד אויפ‘ן טאון באורד פון
מאמאקעיטינג זייט 11 ’ביז 15 ’למספרם.
פארדעם איז ער געווען 10 יאר א מיטגליד פון
די "פלענינג באורד" אין בלומינגבורג, וואס
מיינט פון 01 .’אין 16 ’איז ער געלאפן פאר
מעיאר פון בלומינגבורג, און געווינען מיט א
ברייטע מערהייט, אריינפירנדיג די שטאט אין
די נייע רואיגע עפאכע וואס גייט אן בס"ד עד
היום הזה און אזוי ווייטער. פייער
קאמישענער פאר 12 יאר, דינט נאך היינט
אויף דעם פאזיציע
אזוי ארום האט דער געטרייער מעיאר
מיטגעהאלטן אלעס, ממש פון די ערשטע
בראשית צייטן, נאך אין תש"ע-תשע"א, ביים
פלאנצן די ערשטע שריט, און אזוי ווייטער
ביי די ערשטע "סעמפל הייזער" און די
מעכטיגע סוער פלענט, די אנהויב פון
שטארקע אפאזיציע אין די קומענדיגע יאר-
צוויי, די אנקום פון די ערשטע משפחות –
ברוכים הבאים בשם ד‘ – חנוכה תשע"ד –"ועל
הניסים ועל הפורקן" אויפ‘ן התייסדות פון די
נייע היימישע שטאט קרית יטב לב שטעטל
אין בלומיגנבורג – ורוח הקודש אומרת כן
ירבה וכן יפרוץ, די ווייטערדיגע שריט פונעם
ווילעדזש און טאון במשך תשע"ד-ה, ליהודים
היתה אורה אדר תשע"ו דער "מעמד היסוד"
פון קרית יטב לב, די עפענונג פון תלמוד
תורה גלייך נאך פסח, די עפענונג פון בית
רחל לבנות פאר ראש השנה תשע"ז, דער
חנוכת הבית צום פראכטפולן בנין המוסדות
לשם ולתפארת ווינטער ע"ז, די אומאפיציעלע קרוין פון בלומינגבורג אלס "אפשטעל סטאנציע" פאר מנחה-מעריב און הרחבת הדעת במשך זומער אין קאנטרי, די באנייאונג פונעם 5 מיליאן דאלארדיגע סוער פלענט אין בלומינגבורג סוף זומער ע"ז, די ערשטע "פאראלעל כיתה" אינעם תלמוד תורה אנהויב זמן החורף תשע"ח, די איבערגאנג פון היסטארישע צאל משפחות אריבער הונדערט און צוואנציג כן ירבו בליעה"ר, אויף וואס די הייליגע חז"ל זאגן אין מסכת סנהדרין פרק א‘, אז מיט אזא מספר איז עס שוין ראוי צו הייסן א שטאט... בורא עולם בקנין השלם זה הבנין... ואחרי כן יקרא לך עיר הצדק קרי‘ נאמנה בקרב בית ישראל לעד ולעולמי עולמים.
מעיאר וואוד האט דאס אלעס מיטגעהאלטן, זייענדיג אויף די פראנט ליניעס פון בלומינגבורג אלע יארן, מיטהאלטנדיג פון זיין אייגנארטיגן פערספעקטיוו דעם והי‘ ראשיתך מצער, און די ערשטע שטראלן פון ואחריתך ישגה מאוד.
אצינד, האלטנדיג דא מיט די דראמאטישע היסטאריע פון בלומינגבורג, און די ראלע פון מעיאר במשך די אלע יארן, לאמיר אים געבן דעם מיקראפאן צו הערן זיין פערזענליכע געשיכטע בשייכות מיט‘ן התייסדות פון "קרית יטב לב.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!