מוסטער:אפריל 6
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
| ►► | געשעענישן אין ציווילן קאלענדאר / אפריל 6 דערפרישן די הויפט בלאט |
◄◄ |
|---|
- 1520 – געשטארבן ראפאעל, פון די גרעסטע קינסטלער פונעם רענעסאנס
- 1652 – א האלאנדישער קאפיטאן קומט אן קיין דרום אפריקע, וואו ער גרינדעט א קאלאניע וואס איז שפעטער געווארן באקאנט אלס קאפשטאט (אין בילד)
- 1814 – נאפאלעאן רעזיגנירט צום ערשטן מאל פון אמט אלס פראנצויזישער קייסער נאך וואס פאריז ווערט איינגענומען דורך געמיינזאמע קרעפטן פון בריטאניע, פרייסן, רוסלאנד און עסטרייך
- 1896 – די ערשטע אלימפיאדע שפילן אין די מאדערנע עפאכע הייבן זיך אן אין אטען
- 1917 – די פאראייניגטע שטאטן טרעט אריין אין די ערשטע וועלט-מלחמה, דערקלערנדיג קריג אויף דייטשלאנד
- 1941 – צווייטע וועלט-מלחמה: נאצי דייטשלאנד נעמט איין גריכנלאנד
- 2005 – דער קורדישער פירער דזשאלאל טאלאבאני ווערט דער ערשטער נישט-אראבער צו ווערן ערוועלט אלס פרעזידענט פון איראק