רוי:קאפשטאט

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

קאַפּשטאָט (ענגליש: Cape Town; אַפריקאַנס: Kaapstad; קאסא: iKapa) איז די צווייטע מערסט באפעלקערטע שטאט אין דרום אפריקע,[1] און די פראווינציאלע הויפטשטאט פון דעם מערב קאפ. אזוי ווי זי איז די זיץ פונעם דרום אפריקע פארלאמענט, איז זי די לעגיסטלאטיווע הויפטשטאט פונעם לאנד. די שטאט איז בארימט פאר איר האוון, ווי אויך דעם באוואוסטן טיש בארג. קאפשטאט איז אפריקעס מערסטער פאפולערער טוריסטן ציל.[2]

אין 2007 האט די שטאט געהאט א געשאצטע באפעלקערונג פון 3.5 מיליאן.[1] קאפשטאטס לאנד שטח פון 2455 ק"מ2 איז גרעסער פון אנדערע שטעט אין דרום אפריקע, אזוי האט זי א קלענערע באפעלקערונג ענגקייט פון 1425 מענטשן א ק"מ2.[3]

היסטאריע

דער געגנט פון קאפשטאט ווערט ערשט דערמאנט אין היסטאריע אין 1486 דורכן פארטוגעזישן אויספארשער בארטאלאמיי דיאס. אין 1497 האט וואשקו דא גאמא באריכטעט אז ער האט געזען דעם קאפ פון גוטער האפנונג.

33°55′S 18°25′E / 33.917°S 18.417°E / -33.917; 18.417 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט

רעפערענצן

  1. ארויפשפרינגען קיין: 1.0 1.1 "Community Survey, 2007: Basic Results Municipalities" (PDF). Statistics South Africa. Retrieved 23סטן מערץ 2008. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help)
  2. "Why Cape Town is one of the Best Tourist and Expat Destinations".
  3. "City of Cape Town". Municipal Demarcation Board. Retrieved 23סטן מערץ 2008. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help)


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!

פידבעק בלאט
פידבעק אויפן ארטיקל