שמועס:פרשת בשלח

פון המכלול
ווערסיע פון 07:28, 15 יאנואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט דרעפט שמועס:פרשת בשלח צו שמועס:פרשת בשלח אן לאזן א ווייטערפירונג)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

לעצטע תגובה: פֿאַר 9 חדשים פון עברי אנכי אין די טעמע פרשת המן אויף ג' בשלח
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פרשת המן אויף ג' בשלח

אין לוח דבר בעתו פון יאר תש"ס שרייבט ער אז אין פריערדיגע יארן האט ער דאס נישט אראפגעברענגט ווייל ער האט נישט געהאט קיין מקור דערצו אבער אין תשנ"ב האט אים איינער מודיע געווען אז אין ילקוט מנחם ווערט דאס אראפגעברענגט בשם דעם פאייער רב, הג"ר שלמה יהודה וויינבערגער זצ"ל, וואס האט דאס געהערט עטליכע מאל מפי ההק"ר שלום מסטראפקוב זצ"ל, און הרב גענוט פירט אויס "והבוחר יבחר".

טראץ דעם וואס פון דעם "והבוחר יבחר" איז משמע אז אפילו נאכ'ן געוואר ווערן פון דעם ילקוט מנחם, איז ער נאכאלץ נישט געווען 100% צופרידן, איז אבער פארט לכאורה משמע אז דאס עיקר צווייפלען איז נאר געווען בעפאר דעם וואס ער האט פון דעם געוואוסט. לויט דעם וואלט איך מציע געווען צו שרייבן אזוי:

עס ווערט נאכגעזאגט פון רבי מענדעלע רימאנאווער א סגולה פאר פרנסה צו זאגן פרשת המן, שנים מקרא ואחד תרגום, אום ג' בשלח. טייל האבן געצווייפלט אין די באגלייבטקייט דערפון[1], אבער אין ילקוט מנחם החדש[2] ווערט דאס אראפגעברענגט בשם רבי שלמה יהודה וויינבערגער פון פאיע וואס האט דאס געהערט עטליכע מאל מפי רבי אברהם שלום האלבערשטאם.

  1. זע לוח דבר בעתו.
  2. מהדורת תשנ"א, זייט רצ"א

אויב איינער האט צוטריט צום לוח דבר בעתו פון אנדערע יארן, וואלט געווען כדאי נאכצוקוקען צו זען אויב ער שרייבט אנדערש. י'הושע (שמועס) 16:07, 12 יאנואר 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]

זע דא לענגערע ביאורים און מקורות וואס צווייפלען דערין, בפרט וואס ווערט דארט געברענגט פון הרב אליהו אליעזר בוימרינד וואס האט א פירכא אויף די עצם מקור. כ'האב נישט נאכגעברענגט די מקור דא, ווייל די ס'מיר געווען שווער צו טרעפן די קונטרסים וואס זיי ברענגען, און כ'האב מיך פארלאזט אז אין ערך פרשת המן וועט מען זיך שוין אפגעבן דערמיט במילואו. עברי אנכי (שמועס) 17:19, 14 יאנואר 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]