רוי:רבי בצלאל הורוויץ

פון המכלול
ווערסיע פון 11:01, 14 יאנואר 2024 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (וויקיפּעדיע אנטיק)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי בצלאל הורוויץ זצ"ל (ה'תרכ"ה - ה'תר"ס), רב אין פילזנא.

אפשטאם

רבי בצלאל איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ה, צו זיין פאטער הרב רבי נפתלי חיים הורוויץ, דער וואנדער רבי, א זון פון הרב רבי מאיר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם, א זון פון הרב רבי אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון הרב רבי נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת יוכבד רבקה די טאכטער פון הרב רבי משה אונגאר פון צאנז, אן איידעם פון הרב רבי חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים.

רבנות

אין יאר ה'תרנה ווען זיין שוואגער רבי אלטער ישעיה דער דעמביצער רב איז נפטר געווארן, נישט איבערלאזונדיג קיין קינדער, האט רבי בצלאל געפירט א קאמפף אויף דעם רבנות פון דעמביץ מיט זיין שוואגער רבי שמואל, אומגעפעהר דריי יאר האט געצויגען דאס פייער ביז דער שינאווער רב האט ארויס גיגיבען א פסק אז דאס רבנות געהערט צו זיין שוואגער רבי שמואל, אבער זיין שוואגער דארף אויסצאהלן פאר רבי בצלאל דריי טויזנט גילדען אז רבי בצלאל זאל קענען ווערען רב אין פילזנא.

הסתלקות

רבי בצלאל איז נפטר געווארן יונג אין יאר ה'תר"ס (אומגעפער).

פאמיליע

רבי בצלאל האט געהייראט א טאכטער פון זיין עלטער-פעטער הרב ראובן הורוויץ רב אין דעמביץ. זייערע קינדער:

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. י"ג אורות מערכת שינאווא

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!