רוי:רבי שמואל אבוהב

פון המכלול
ווערסיע פון 09:43, 9 יאנואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע. אינערליכע לינקס, החלפות (וו), קו מפריד בטווח מספרים, צוגעלייגט אינטערשפראך לינק, צוגעלייגט דעסקריפציע, פארברייטערט, הגהה, אויסשטעל)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי שמואל אבוהב (ה'ש"ע, 1610א' אלול ה'תנ"ד, 1694) איז געווען א רב און פוסק אין ווענעציע און איינער פון די אָנגעזענסטע רבנים אין איטאליע בכלל. א ידיד פון רבי משה זכות, וואס צוזאמען האבן זיי געפירט די שטאט. באקאנט פאר זיינע ספרים "דבר שמואל" און "ספר הזכרונות.

רבי שמואל האט געשפּילט א גרויסע ראָל אין דער מלחמה קעגן שבתי צבי און זיינע אָנהענגער.

לעבנס געשיכטע

רבי שמואל איז געבוירן געווארן אין האמבורג. ווען ער איז אלט געווען דרייצן יאָר איז ער געפאָרן קיין ווענעציע אין דער ישיבה צו לערנען, און פון דעמאָלט אָן איז ער פארבליבן אין איטאליע.

צוערשט איז ער געווען רב אין וועראנא, דערנאך אין ווענעציע. רבי שמואל אבוהב האָט אויך געקענט א סך וועלטליכע וויסנשאפט, און האט גוט באהערשט לאטיין, דייטש, איטאליעניש, שפאניש.

ווערק

פון רבי שמואל אבוהב איז געבליבן דאָס ספר "דבר שמואל", וואו צום סוף זענען פאראן תשובות וועגן שבתי צבי און נתן העזתי. אין סֹפַר איז פארהאן אויך די לעבנס-באשרייבונג פון רבי שמואל אבוהב.

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!