רוי:אב הרחמים
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
אב הרחמים (אידיש: "דער פאָטער פון דערבארעמונג") איז א תפילה וואס ווערט געזאָגט אום שבת נאך קריאת התורה אין די אשכנז'ישע קהילות. צו דער תפילה איז פאראן א ספּעציעלע מעלאָדיע.
די תפילה דערמאנט די נשמות פון די אידן וואָס זענען אומגעברענגט געוואָרן אויף קידוש השם, און בעט אז השי"ת זאל זיך נוקם זיין פאר זייער פארגאסן בלוט.
היסטאריע
דער קאפיטל איז אומפארענדיגט. ביטע ביישטייערט צו המכלול און פארענדיגט דאס. מער איבער הינטערגרונט.
ווען די תפילה איז פארפאסט געוואָרן, און ווער איר מחבר איז, איז נישט באקאנט. דאָס ערשטע מאָל געפינט מען די תפילה אין א מחזור אין כתב יד פון יאָר 1270. מען גלויבט, אז זי איז פארפאסט געוואָרן אין דייטשלאנד נאָך די שחיטות פון יאָר תתנ"ו (1096) אין די צייטן פון די קרייצציגלער.
צייטן ווען עס ווערט געזאגט
דער קאפיטל איז אומפארענדיגט. ביטע ביישטייערט צו המכלול און פארענדיגט דאס. שבתים ווען עס ווערט נישט געזאגט.
אב הרחמים ווערט אויך געזאָגט אין די ימים טובים ווען מען איז מזכיר נשמות.