רוי:רבי אברהם הורוויץ (פאקשיווניץ)

פון המכלול
ווערסיע פון 18:20, 20 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]]" ב־"ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]]")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אברהם הורוויץ זצ"ל (ה'תר"ן - ה'תש"ג), רבי אברהם'לי פאקשיווניץ.

אפשטאם

רבי אברהם'לי איז געבוירן אין יאר ה'תר"ן (אומגעפער), צו זיין פאטער רבי יחיאל הורוויץ, רב אין פאקשיווניץ, א זון פון רבי מאיר הורוויץ פון דזשיקאוו, דער אמרי נועם,א זון פון רבי אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון רבי נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב.

רבנות

נאך די פטירה פון הרב נפתלי הורוויץ דער עלטערער ברודער פון רבי אברהם'לי, איז רבי אברהם'לי געווארן רב אין פאקשיווניץ. ער האט דארט אויף געשטעלט א ישיבה "בית יחיאל" אויף זיין פאטער'ס נאמען און דארט מרביץ תורה געווען.

הסתלקות

ביים אויסברעכען פון דער צווייטער וועלט קריג איז רבי אברהם'לי אנטלאפען קיין באכניא און ער איז דארט אומגעקומען אויף קידוש השם אין יאר ה'תש"ג, הי"ד.

פאמיליע

רבי אברהם'לי האט געהייראט די טאכטער פון רבי משה אליקים בריעה אונגאר, פון דאמבראווא. זייערע קינדער:

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!