רוי:רבי אלעזר שפירא
רבי אלעזר שפירא זצ"ל (ה'תקס"ח - י"ב אלול ה'תרכ"ה) רב אין לאנצהוט.
אפשטאם
רבי אלעזר'ל איז געבוירן אין ריבאטיטש אין יאר ה'תקס"ח, צו זיין פאטער הרב רבי צבי אלימלך שפירא, דער בני יששכר. און צו זיין מוטער מרת חנה מינדל א טאכטער פון הרב שמואל פון טשיטש.
רבנות
אין יאר ה'תקפ"ט האט זיין פאטער אריין געשטעלט רבי אלעזר'ל, רב אין ריבאטיטש, אין יאר ה'תקצ"ח איז ער אריבער קיין סטריזשעוו, נאך דעם פאטערס פטירה אין יאר ה'תר"א האט ער אנגעפאנגען פראווען רביסטעווע, אין יאר ה'תרי"ז איז ער געווארן רב אין לאנצהוט.
הסתלקות
רבי אלעזר'ל איז נפטר געווארן י"ב אלול ה'תרכ"ה.
פאמיליע
אין עלטער פון פערצען יאר האט רבי אלעזר'ל געהייראט מרת טויבע חוה א טאכטער פון הרב יהושע העשל האלעס פון דוקלא, זייערע קינדער:
- הרב מנחם מענדל פנחס שפירא (ה'תקצ"ח (אומגעפער) - ה'תרע"ב (אומגעפער) ), רב אין לאנצהוט.
- הרב שמחה שפירא (ה'ת"ר (אומגעפער) - מוצאי יום כפור ה'תרע"ג), רב אין לאנצהוט.
- הרב צבי אלימלך שפירא (ה'תר"א - ב' אדר ה'תרס"ד), רב אין בערטש.
- מרת רחל, די ווייב פון הרב מאיר לאנגזאם.
- מרת אדל רבקה, די ווייב פון הרב ישעיה נפתלי הירץ שפירא, רב אין דינאוו.
זיינע ספרים
- יודעי בינה - על התורה ע"פ קבלה
זעט אויך
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!