רוי:רבי אליעזר ניסן הורוויץ

פון המכלול
ווערסיע פון 15:23, 18 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[נפתלי חיים הורוויץ" ב־"[[רבי נפתלי חיים הורוויץ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אליעזר ניסן הורוויץ זצ"ל (ה'תר"ל - ה'תרע"ו), פון צפת.

אפשטאם

רבי אליעזר ניסן איז געבוירן אין יאר ה'תר"ל (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב רבי נפתלי חיים הורוויץ, דער וואנדער רבי, א זון פון הרב רבי מאיר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם, א זון פון הרב רבי אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון הרב רבי נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת יוכבד רבקה די טאכטער פון הרב רבי משה אונגאר פון צאנז, אן איידעם פון הרב רבי חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים.

רבנות

רבי אליעזר ניסן האט נישט געוואלט אננעמען קיין רבנות, ווען די צאנזער חסידים אין צפת האבן אים געמוטשעט ער זאל זיין זייער רב, איז ער אוועק פון צאנזער קלייזל דאווענען אין קארלין.

הסתלקות

רבי אליעזר ניסן איז נפטר געווארן ב' תמוז ה'תרע"ו, אין ליגט אין צפת נעבן אריה"ק.

פאמיליע

רבי אליעזר ניסן האט געהייראט מרת מרים א טאכטער פון הרב יעקב כהנא, אן אייניקל פון הרב משה דוד אשכנזי דער טאלטשאווער רב. זייערע קינדער:

  • מרת צירל בזיווג ראשון די ווייב פון הרב מרדכי יהודה אדלער, פון ירושלים, אן אייניקל פון הרב דוד בידערמאן, רבי דוד'ל לעלאווער. בזיווג שני די ווייב בזיווג שני פון הרב ברוך האגער, רב אין סערעט.
  • מרת מישקיט די ווייב פון הרב אברהם משה באב"ד.
  • מרת חיה די ווייב פון הרב רפאל הורוויץ, דער קאלאמייער רבי פון בארא פארק.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!