חזק חזק ונתחזק

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דער לעצטער זייטל אין חומש בראשית. באמערקט אז נאכן לעצטן פסוק שטייט די ווארט 'חזק'

חֲזַק חֲזַק וְנִתְחַזֵּק (אדער וְנִתְחַזַּק) איז א רוף וואס די אשכנזים פירן זיך אויסצורופן ווען מען ענדיגט ליינען יעדע חומש פון די חמישה חומשי תורה. אן ענליכע מנהג איז אנגענומען אויך אין א טייל פון די ספרדישע קהילות.

אין א שבת וואס די פרשת השבוע איז די לעצטע פרשה פונעם חוּמש, (ווי פרשת ויחי אין בראשית), איז איינגעפירט אז פארן ליינען דעם לעצטן פסוק פון די פרשה שטעלט זיך דער קהל אויף, און נאך וואס דער בעל קורא ענדיגט ליינען דעם פסוק זאגט דער גאנצער קהל די ווערטער "חזק חזק ונתחזק". דערנאך זאגט דער בעל קורא איבער "חזק חזק ונתחזק". דאס מיינט א ווינטש פארן עולה לתורה און פארן גאנצן ציבור אז זיי זאלן זיך שטארקן און פארזעצן צו לערנען.

מקור פונעם מנהג

פארלאזנדיג זיך אויף ספר יהושע ווי עס שטייט געשריבן:
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:ציטוטון

פאראמעטער [ 3 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
”לֹא יָמוּשׁ סֵפֶר הַתּוֹרָה הַזֶּה מִפִּיךָ... הֲלוֹא צִוִּיתִיךָ חֲזַק וֶאֱמָץ” (יהושע א), האבן אפאר ראשונים[1] געשריבן אז דאס קומט אונז לערנען "צו זאגן יעדעס מאל פאר דער וואס ענדיגט ליינען אין די תורה - חזק". בפשטות מיינט עס אז מען דארף עס זאגן פאר יעדן איינעם פון די עולים, און אזוי איז איינגעפירט ביז היינט ביי די איטאליענער אידן. ביי די ספרדים איז איינגעפירט אן ענליכע נוסח "חזק וברוך" וואס ווערט געזאגט פאר יעדער עולה. רבי חיים פלאג'י שרייבט אין זיין ספר "יפה ללב": "און פון דא האט מען זיך געפירט צו זאגן יעדן מאל פאר דער וואס ענדיגט ליינען אין די תורה "חזק", און אונזער מנהג איז צו זאגן פאר יעדער קורא נאכן ליינען 'חזק וברוך' און דער קורא ענטפערט 'חזקו ואמצו', ווי עס האט מעיד געווען דער זון פון דער גרויסער מענטש אדוני הארץ הרב כנסת הגדולה, און אזוי פירט מען זיך ביי אונז, צו עס זאגן אויך פאר יעדער וואס גייט צו צום עמוד דאווענען מוציא צו זיין דעם רבים און זאגן קדיש נאך יעדן לימוד וואס זאל נאר זיין, נאכן ענדיגן".

דאקעגן, דער אבודרהם האט פון דא ארויסגעלערנט די ווערטער וואס ווערן געברענגט אין 'ספר המנהיג' - אז מען פירט זיך צו זאגן חזק נאר ווען מען ענדיגט די גאנצע פרשה, און אין ספרד האט מען מער מחמיר געווען אז די מנהג איז שייך נאר ווען מען ענדיגט איינס פון די חמישה חומשי התורה. שפעטערע יארן האט מען זיך געפירט צו זאגן "חזק חזק חזק", און אין שפעטערע דורות האט זיך אוועקגעשטעלט דער נוסח "חזק חזק ונתחזק", לויטן פסוק ”חֲזַק וְנִתְחַזַּק בְּעַד עַמֵּנוּ וּבְעַד עָרֵי אֱלֹהֵינוּ”[2] (ווערט אראפגעבענגט צום ביישפיל אין ערוך השולחן או"ח קלט טו). לויט מנהג פרנקפורט, זאגט מען "חֲזַק וְנִתְחַזַּק"[3].

טעם פונעם מנהג

לויטן פרי חדש, זאגט מען "חזק" ביים ענדיגן די תורה לויט די גמרא [4]: "ארבעה צריכין חיזוק, ואלו הן: תורה ומעשים טובים תפלה ודרך ארץ"[5]. אין שו"ת מהר"ם מינץ שרייבט ער אז פונקט ווי מען זאגט "הדרן עלך" ביי א סיום מסכתא, זאגט מען "חזק" אז דו האסט געענדיגט די חומש, יישר כח און פאנג אן נאכאמאל צו לערנען [6]. פארהאן קהילות פון יוצאי ספרד און פארטוגאל וואס ביי זיי פירט מען זיך אן ענליכע מנהג, דער קהל זאגט "חזק ונתחזק חזקו ויאמץ לבבכם כל המיחלים לה'"[7].

אין שו"ת באר משה ברענגט ער נאך א טעם לויטן גמרא אין מסכת יומא "וזאת התורה אשר שם משה, זכה נעשית לו סם חיים, לא זכה נעשית לו סם מיתה". און אזוי זאגט אויך רבי בנאה אין אן אנדער ארט, און דעריבער בענטשט מען 'חזק חזק' אז ער זאל זוכה זיין צום אור התורה און עס זאל זיין פאר אים א סם החיים.

און דער לבוש שרייבט וועגן ענדיגן די תורה אום שמחת תורה "און דעמאלט ליינט דער חתן תורה דעם פסוק ביז לעיני, און קהל ענדיגט צו לעיני כל ישראל צוזאמען מיטן חתן, און זיי ענטפערן מיט א הויך קול, חזק". און אין אליה רבה שרייבט ער "און דער חזן זאגט עס איבער און דער קהל ענטפערט, א רמז צו משה רבינו, וואס דריי מאל חזק איז בגימטריא משה".

דער אורחות חיים שרייבט אז ווען מען ענדיגט ליינען זאגט מען "חזק ואמץ", און פון דא נעמט זיך דער מנהג צו זאגן חזק אין פראנקרייך און אין פראווינץ ביים ענדע ליינען, אבער אין ספרד זאגט מען עס נאר ביים ענדיגן די תורה. דער בית יוסף ברענגט די ערשטע טייל פון די ווערטער.

דער עולה אליינס דארף נישט זאגן "חזק", ווייל דאס איז געווענדעט צו אים, און א טייל פוסקים אסרן אים עס צו זאגן, וויבאלד דאס איז אן הפסק צווישן דעם ליינען אין די ברכת התורה[8]. און אזוי האט געשריבן דער קצות השולחן, און אין זיין ספר 'בדי השולחן' לייגט ער צו אז עס האט נישט קיין פשט אז ער זאל זאגן פאר זיך חזק. אזוי האבן אויך געשריבן באר משה און משנה הלכות. דער ליובאוויטשער רבי האט אפגעווארפן די צוויי טענות, אז עס איז נישט קיין הפסק וויבאלד דאס באלאנגט צום ענדיגן ליינען און דאס איז א טייל דערפון, און ער ערקלערט אז די ענין פון די ברכה איז גלייך צו די ענין פון 'חזק חזק ונתחזק', און צו די טענה אז דאס איז א ווינטש פונעם קהל צום עולה, ענטפערט ער אז "לויט אונזער נוסח זאגט מען 'ונתחזק'", דאס מיינט אז די ברכה איז אויך געווענדעט צום קהל, בלשון רבים[מקור פארלאנגט].

הגיית הביטוי

המנהג הרווח בציבור הוא לומר "ונתחזֵּק", בצירי[9], וכך גם כתוב במנהגי חב"ד[10]. עם זאת, כמה מדקדקים[11] העירו שיש לומר בפתח, "וְנִתְחַזַּק", כפי שמנוקד הצירוף "חֲזַק וְנִתְחַזַּק" בספר שמואל ב (י יב), שאפשר שהשפיע על הקריאה[12].

זעט אויך

צו ליינען מער

  • יעקב ש' שפיגל, "אמירת חזק ויישר כוח", בתוך: בר-אילן כ"ו-כ"ז, תשנ"ה, עמ' 347–370
  • יוסף ויכלדר, "חזק חזק ונתחזק", "המבשר תורני", כ"ז בתמוז תשע"א

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. המנהיג לב ע"א; ארחות חיים, הלכות שני וחמישי אות טו; ווערן געברענגט אין בית יוסף טור, אורח חיים, סימן קל"ט און אין רמ"א שולחן ערוך, אורח חיים, סימן קל"ט, סעיף י"א.
  2. שמואל ב', י', י"ב

  3. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי שלמה זלמן גיגר, דברי קהלת, פרשת מסעי, עמ' 89;מדריך למנהג אשכנז המובהק, עמ' 27.
  4. ברכות לב, ב
  5. פרי חדש, אורח חיים, סי' קל"ט ס"ק י"א
  6. ווערט געברענגט אין אוצר דינים ומנהגים
  7. הרב שם טוב גגין ברענגט די לשון אלס מנהג פון די ספרדים אין אמסטרדם. ער ברענגט אויך אז אין לאנדאן איז דא אן ענליכע מנהג, אבער אן די ווערטער "חזק ונתחזק" (כתר שם טוב, חלק א', קיידאן ה'תרצ"ד עמודים רפ"ח-רפ"ט). די לשון (אריינגערעכנט "חזק ונתחזק") ברענגט אויך הרב דוד די סולה פול, תפלות למועדים כפי מנהג הספרדים באמריקא, ניו יורק 1997 עמוד 272.
  8. שו"ת שבט הלוי חלק ז' סימן ר"ב. לוח ארץ ישראל.
  9. יהודה טשזנר, שיח תפילה, אופקים תשס"ז, עמ' רעז
  10. ראו למשל התקשרות תלט, ויחי תשס"ג, עמ' 19
  11. ובהם מילון אבן שושן
  12. יעקב ש' שפיגל, "אמירת חזק ויישר כוח", בתוך: בר-אילן כ"ו-כ"ז, תשנ"ה, עמ' 357 הערה 68. זהו המופע היחיד של המילה "ונתחזק" בתנ"ך. המילים "ויתחזק" ו"התחזק" מנוקדות ברובן בפתח ומיעוטן בצירה.
טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער