רוי:רבי נפתלי הורוויץ (פאקשיווניץ)
רבי נפתלי הורוויץ זצ"ל (ה'תר"ל - י' חשוון ה'תרצ"ב), רב אין פאקשיווניץ, פוילן.
אפשטאם
רבי נפתלי'ש איז געבוירן אין פאקשיווניץ אין יאר ה'תר"ל (אומגעפער), צו זיין פאטער יחיאל הורוויץ, רב אין פאקשיווניץ, א זון פון הרב רבי מאיר הורוויץ פון דזשיקאוו, דער אמרי נועם, א זון פון הרב רבי אליעזר הורוויץ, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב רבי נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת מרים די טאכטער פון הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב, א זון פון דעם דברי חיים.
רבנות
אין יאר ה'תרנ"ב (אומגעפער) ווען מען האט פארטריבן אלע פרעמדע בירגער פון קאנגרעס פוילן, איז רבי נפתלי'ש געווען געצווינגען צוריק צוקומען קיין גאליציע צוזאנמען מיט זיין פאטער, און זיי האבען זיך באזעצט אין טארנא. אין יאר ה'תרס"ט איז רבי נפתלי'ש צוריק קיין פאקשיווניץ, אין געפאדערט דאס רבנות אלס חזקה.
הסתלקות
רבי נפתלי'שס איז נפטר געווארן י' חשוון ה'תרצ"ב, און ליגט אין טארנא.
פאמיליע
רבי נפתלי'שס טאכטער מרת חנה שרה האט געהייראט הרב משה העשעל, דער קאפיטשניצער רבי, א זון פון הרב יצחק מאיר העשעל, רב אין קאפיטשניץ זי איז נפטר געווארן כ"ט ניסן ה'תשל"ד.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!