רבי אברהם אופנהיים

רב און מחבר ספרים אין דייטשלאנד, "אשל אברהם" (–ה'תקמ"ז)

רבי אברהם אופנהיים (נפטר אין האנאווער י"א חשון ה'תקמ"ז[1][2]) איז געווען א רב אין דייטשלאנד און א מחבר ספרים, צווישן זיי די הגהות אשל אברהם אויף שולחן ערוך.

רבי אברהם אופנהיים
שער בלאט פון באר היטב מיט אשל אברהם, אמסטערדאם תקכ"ט
שער בלאט פון באר היטב מיט אשל אברהם, אמסטערדאם תקכ"ט
פטירה י"א חשון ה'תקמ"ז

ביאגראפיע

נוסח המציבה
פ"נ
הרב מהו' אברהם אפפענהיים,
לאברהם אחוזת קבר
אשל אברהם
ומרגניתא שפירא חיבר בבית
המדרש פה, למד ודרש כשם
ועבר, זקן ושבע ימים עלה
לרקיע ביום ה' י"א מרחשון
תקמ"ז לפ"ק
ת' נ' צ' ב' ה'
– בלאך, ספר החיים

רבי אברהם איז געבוירן אין מאנהיים צו יהודה לייב אופנהיים. ער האט געדינט אלס ריש מתיבתא אינעם מאנהיימער קלויז (דייטש), וועלכע איז געגרינדעט געווארן דורך דער בארימטער הויף-איד און שתדלן אשר לעמיל מאזעס-ריינגאנום (דייטש). שפעטער איז ער אריבער וואוינען און דינען אויף דעם אמט אין אמסטערדאם.

ער האט מחבר געווען א ספר "מרגניתא שפירא" אויף הלכות שופר, געדרוקט צום ערשט אין אמסטערדאם, תקכ"ז. אין דעם ספר דערמאנט ער נאך צוויי חיבורים זיינע, 'אמרי יאה' און 'מגן אבות', וואס זענען למעשה נישט געדרוקט געווארן[3].

אין אמסטערדאם איז ער געווארן א מגיה און רעדאקטאר ביי די פרופס ברידער דרוקעריי. אינעם באר היטב פון רבי זכריה מענדל פון בעלז חלק חושן משפט, געדרוקט אין יאר תקכ"ד, זענען אריינגעשטעלט געווארן פילע הגהות פונעם מגיה – ווארשיינליך רבי אברהם אופנהיים[4].

רבי אברהם האט צוזאמגענומען פסקים פון שאלות ותשובות אויף אורח חיים, און געמאכט דערפון א חיבור 'אשל אברהם', און אויך צוגעלייגט הוספות צום באר היטב פון רבי יהודה טיקטין אויף אורח חיים. ער האט פארקויפט די רעכטן פונעם חיבור מיט א שטר מכירה צו די פרופס ברידער - יוסף, יעקב, און אברהם. אין יאר תקכ"ט האבן זיי דאס געדרוקט מיט די הסכמות וחרמים פונעם אמסטערדאמער אשכנז'ישער רב רבי שאול, דער בנין אריאל, וואס רופט רבי אברהם'ן "גבר גבר בכולא הרב המופלג החכם השלם ידיד נפשי", און פונעם ארטיגן ספרד'ישער רב רבי שלמה שלם וואס דרוקט זיך אויס "החכם השלם המופלא ומופלג מרביץ תורה וראש ישיבה בק"ק מנהיים", ווי אויך פון דער האגער רב, רבי שאול הלוי[5].

אין יאר תקל"ז האט רבי אברהם איבערגעדרוקט דעם באר היטב פון רבי יהודה טיקטין, אין דער באר היטב האט רבי אברהם אריינגעדרוקט שטיקלעך פון זיין חיבור "אשל אברהם"[6][7][8]. א יאר דערויף, תקל"ח, האט רבי אברהם געדרוקט א געמיינזאמע חיבור פון רבי יהודה און רבי זכריה מענדל רעדאגירט דורך אים[6][7][8], צו וואס ער האט אויך צוגעלייגט שטיקלעך פון זיין אשל אברהם, אבער ווייניגער ווי אין די אויפלאגע פון באר היטב פון תקל"ז.

סוף ימיו האט ער געוואוינט אין האנאווער וואו ער איז נפטר געווארן אין א טיפן עלטער[1.1]. אויף זיין מציבה שטייט "בבית המדרש פה למד ודרש כשם ועבר"[1].

פאמיליע

זיין ווייב רבקה, א טאכטער פון אברהם ריינגאנום[9], איז געשטארבן 1742 (תק"ב). זיין טאכטער רעכל ווייב פון דער געלערנטער רב ר' אייזיק ריינגאנום איז געשטארבן יוני 2, 1786 אין מאנהיים; דארט איז אויך געשטארבן זיין טאכטער מירל, ווייב פון חיים לייב בענשיים אום דעצעמבער 15, 1803[3].

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 נוסח המצבה, געברענגט אין שלמה בן אפרים בלאך, ספר החיים, זייט 326; געברענגט ביי שמואל יוסף פין, "הר"ר אברהם אופנהיים", כנסת ישראל, ווארשע, תרמ"ז, עמ' 9; "אפנהיים, אברהם", JewishEncyclopedia.com (ענגליש).
    1. כנסת ישראל, דארט; JewishEncyclopedia, דארט.
  2. אין רשימת הפרשים, שלחן ערוך מכון ירושלים, ווערט אנגעגעבן תקמ"ט
  3. 3.0 3.1 L. Löwenstein, Gesch. der Juden in der Kurpfalz, p. 227 (דייטש)
  4. אברהם גולדראט, "מיעוט דמות של ספרים – על מפרשי השולחן ערוך", תגים ה-ו, ירושלים, תשל"ה, עמ' 20
  5. מכון ירושלים, שולחן ערוך מהדורת פריעדמאן, ירושלים, תשנ"ו, 77, 84–86, אורח חיים, מבוא (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  6. 6.0 6.1 יחיאל דוב ולר, "מהדורות באר היטב לשו"ע (ב)", ישורון יט, ירושלים, תשס"ז, עמ' תתמא–תתמב, אויף היברובוקס
  7. 7.0 7.1 מכון ירושלים, שולחן ערוך מהדורת פריעדמאן, ירושלים, תשנ"ו, יורה דעה, מבוא זייט 65 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  8. 8.0 8.1 אברהם גולדראט, "מיעוט דמות של ספרים – על מפרשי השולחן ערוך", תגים ב, בני ברק תשל"א, עמודים 6–7
  9. וואס איז געווען א ברודער פון דער אויבנדערמאנטער אשר לעמיל מאזעס