רוי:טאלטשעוו
|
טאָלטשעוו (אונגעריש : Tolcsva) איז א דארף אין דעם בארשאָד-אבאוי-זעמפלען קאונטי אין צפון-מזרח אונגארן. אזוי ווי פיל אייראפעישע דערפער, האָט אויך די באַפעלקערונג פון טאלטשעוו זיך פארמינערט באטייטיק אין די לעצטע יארצענדלינגען, פון 964 אין 1990 צו 847 אין 2018 (אַ פאַרקלענערן פון וועגן 12%).
יידן איו טאלטשעוו
די ערשטע ידיעות וועגן פון א יידישער זידלונג אין דארף זענען פון 1723, ווען זיבן אידישע פאַמיליעס האבן געוואוינט דארט אונטער דער שוץ פון די אייגנטימער פונעם מאיאנטעק, וואס האָבן באשעפטיקט די יידן ווי ארענדארן פון די וויינגערטנער. די קהילה איז געוואקסן און אין צוגאָב צו דער קולטיוואציע פון ווייננגערטנער און די פּראָדוקציע פון וויינען, האבן די יידן געהאט פרנסה פון האַנדל.
אין 1770 האט מען געגרינדעט די חברה קדישא און אין 1860 איז געגרינדעט די ערשטע שול . שפּעטער, האט מען אויפגעשטעלט א ישיבה און צדקה אינסטיטוציעס.
אין 1941, האט מען דעפארטירט קיין קאמעניץ עטלעכע אידישע פאַמיליעס פון דעם דאָרף וואָס האבן נישט געהאט קיין אונגערישע בירגערשאפט, וואו זיי זענען דערמאָרדעט געוואָרן. אין 1942 האָט מען רעקרוטירט אידישע מענער און געשיקט צום אוקראינע פראָנט, און מערסטנס זענען אומגעקומען.
נאָך דער אינוואזיע פון דער דייַטשער אַרמיי אין אונגארן אין מאַרץ 1944 האבן זיי אריבערגעפירט די טאָלטשווער יידן אין דער איהעלער געטאָ און פֿון דאָרט האט מען זיי געשיקט אין דעם אוישוויץ פארניכטונג לאַגער.
נאָך דער מלחמה, האָבן בערך 40 לעבנגעבליבענע יידן זיך אומגעקערט אין שטאט און האָבן באנייט דאָס קהילה לעבן א שטיק צייט. אין 1970 איז געבליבן בלויז איין יידישע פאַמיליע.
יאָר | צאָל יידן | גאַנצע באַפעלקערונג |
---|---|---|
1840 | 609 | |
1880 | 860 | 2,820 |
1890 | 929 | |
1910 | 732 | |
1920 | 631 | |
1930 | 481 | |
1941 | 363 | 2,845 |