דרעפט:מנשה
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
מְנַשֶּׁה איז א תנ"ך פערזענליכקייט, עלטסטער זון פון יוסף; זיין מוטער איז געווען אסנת בת פוטי פרע און פון אים שטאמט שבט מנשה.
אין ספר בראשית[1], ערשיינט מנשה צווישן אנדערע ביים אויסרעכענען די שבטי ישראל. תרגום השבעים לייגט צו צו די פסוק אויך די קינדער פון מנשה: "ויוולד למנשה אשר ילדה לו פילגשו הארמייה את מכיר, ומכיר הוליד את גלעד"[2].
פון די באקאנטע אפשטאמיגע פון מנשה אין תנ"ך זענען גדעון, יפתח הגלעדי[3] און בנות צלפחד[4].
זיין נאמען
אן ערקלערונג פאר די נאמען פון מנשה שטייט אין די תורה ביי די ערציילונג פון זיין געבורט[5]:
וַיִּקְרָא יוֹסֵף אֶת־שֵׁם הַבְּכוֹר, מְנַשֶּׁה: כִּי־נַשַּׁנִי אֱלֹקִים אֶת־כָּל־עֲמָלִי, וְאֵת כָּל־בֵּית אָבִי.
טייטש פון דאס ווארט נַשַּׁנִי איז "האט מיך געמאכט פארגעסן." דאס מיינט אז די ליידן פון יוסף זענען פארגעסן געווארן מיטן געבורט פון זיין זון. יוסף בן מתתיהו ערקלערט דעם נאמען "עס ברענגט צו פארגעסן", ווייל זיין פאטער יוסף האט אין אים געפונען א וועג צו פארגעסן זיינע ליידן[6].
זעט אויך
דרויסנדע לינקס
- מידיע און בילדער איבער מנשה אויף וויקיקאמאנס
רעפערענצן
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער