מסכת בבא קמא
בָּבָא קַמָּא ("ערשטער טויער") איז דער ערשטער חלק פון מסכת נזיקין וואס הייבט אן סדר נזיקין, דער פערטער סדר אין משניות. דער חלק באהאנדלט בעיקר דיני נזיקין - וואס דער מענטש דארף באצאלן אויף שאדנס וואס ער אדער זיין אייגנטום האט צוגעברענגט.
די דרייסיג פרקים פון מסכת נזיקין ווערן איינגעטיילט אין דריי, צען פרקים פער חלק, ווען בבא קמא ווערט נאכגעפאלגט מיט בבא מציעא (מיטלסטער טויער) און בבא בתרא (לעצטער טויער); יעדער פון די חלקים ווערט אבער אויך באטראכט ווי א מסכתא פאר זיך.
בבא קמא איז איינגעטיילט אין צען פרקים, וואס אין זיי 79 משניות. עס האט א גמרא אין תלמוד בבלי, וואס אנטהאלט 118 דפים אין די אנגענומענע צורת הדף, און אין תלמוד ירושלמי.
ארט אין סדר נזיקין
דער רמב"ם ערקלערט[1] אז די מסכת הייבט אן סדר נזיקין, וויבאלד עס רעדט זיך פון עקסידענטן און שאדנס וועלכע דארפן ווערן פארמיטן בעפאר אנדערע דיני ממונות, ”ואין השופט רשאי להקדים דבר, קודם שיסיר ההיזק מבני אדם, ומפני זה הקדים אותה בראשונה על שאר הדינין”.
רבי מנחם המאירי האט געשטעלט מסכת נזיקין (אנגעהויבן מיט בבא קמא) ביים ענדע פון סדר נזיקין, נאך די אנדערע מסכתות וועלכע רעדן זיך פון די דיינים זעלבסט, זייער אויטאריטעט און פירונג, און זייערע מיטלען פון שטראפן (אריינגערעכנט דיני נפשות)[2].
פרקים און אינהאלט
די ערשטע זעקס פרקים באהאנדלען בעיקר "נזקי ממון" – שאדנס וועלכע ווערן אויסגעפירט דורך זיין אייגנטום אויף וואס ער איז פאראנטווארטליך. די לעצטע פיר רעדן זיך בעיקר פון שאדנס אויסגעפירט דורך דער מענטש זעלבסט:
- ארבעה אבות – די ארבעה אבות נזיקין, און אלגעמיינע דינים אין הלכות נזיקין. דער פרק פארמאגט פיר משניות[3].
- כיצד הרגל – דינים פון תם און מועד, סיי לגבי די אבות נזיקין שן ורגל און סיי לגבי די שאדנס פון קרן. דער פרק פירט אויס מיטן כלל אז אן אדם המזיק איז שטענדיג א מועד. דער פרק פארמאגט זעקס משניות.
- המניח – דינים פון דער אב נזיקין בור, א מענטש וואס שטויסט זיך אן אין א שטרויכלונג אדער אין א צווייטער מענטש אין רשות הרבים, ווייטערדיגע פרטי דינים וועגן תם און מועד, און דער כלל פון המוציא מחבירו עליו הראיה. דער פרק פארמאגט עלף משניות.
- שור שנגח ארבעה וחמשה – אויספיר פון די הלכות פון תם און מועד, פארשידענע דינים איבער דעם פליכט פון באצאלן פאר שאדנס דורך בעלי חיים, הלכות פון שור הנסקל, און דער מאס שמירה וואס פאדערט זיך אויף בעלי חיים. דער פרק פארמאגט 9 משניות.
- שור שנגח את הפרה – שאדנס וועלכע זענען געשען אין רשות פון א מענטש, וואס ער אדער זיין אייגנטום האט געשעדיגט, דינים פון דמי ולדות, און אויספיר פון הלכות פון בור. דער פרק שליסט זיך מיט א ליסטע פון דיני תורה וועלכע גייען אן ביי אלע באשעפענישן, כאטש די תורה כאפט נאר אן אזעלכע ביישפילן ווי שור און חמור. דער פרק פארמאגט זיבן משניות.
- הכונס – דער חיוב שמירה פון א מענטש אויף זיין פארמעגן וואס קען שעדיגן, וויאזוי מען שאצט דעם שאדן אין א פעלד פון פירות, און די הלכות פון דער אב נזיקין אש. דער פרק פארמאגט זעקס משניות.
- מרובה – די דינים פון גניבה, איבערהויפט די צאלונגען פון כפל און ארבעה וחמשה. וויבאלד ארבעה וחמשה צאלט מען נאר פאר בעלי חיים, שליסט זיך דער פרק דרך אגב מיט די בעלי חיים וועלכע מען טאר נישט האדעווען אין פארשידענע פלעצער. דער פרק פארמאגט זיבן משניות.
- החובל – די הלכות פון די פינף צאלונגען וואס עס צאלט א חובל, איינער וואס שעדיגט פיזיש א צווייטן: נזק, צער, ריפוי, שֶבֶת און בושת. דער פרק פארמאגט זיבן משניות.
- הגוזל עצים – די הלכות פון א גזלן, א פאכמאן וואס האט קאליע געמאכט אין זיין ארבעט, און די באזונדערע הלכות פון איינער וואס קומט געלט פאר א צווייטן און ער האט געשוואוירן אז ער איז נישט שולדיג. דער פרק פארמאגט צוועלף משניות.
- הגוזל ומאכיל – פארשידענע דינים איבער גזילה און גזלנים. דרך אגב ווערן דערמאנט הלכות איבער שאדן מאכן פאר יענעם כדי צו ראטעווען אייגנס, און וויפיל יענער דארף צאלן ווען מען האט שאדן געמאכט אייגנס כדי צו ראטעווען יענעמס. דער פרק פארמאגט צען משניות.
תלמוד בבלי
פראמינענטע סוגיות
- בתר מעיקרא אזלינן או בתר בסוף[4]
- זה נהנה וזה לא חסר[5]
- אשו משום חציו[6]
- עביד איניש דינא לנפשיה[7]
- אין הולכין בממון אחר הרוב[8]
- המוציא מחברו עליו הראיה[9]
- מבריח ארי מנכסי חבירו[10]
- הגונב מן הגנב[11]
- קנין פירות[12]
- דעת בעלים[13]
מפרשים
אויף די מסכתא זענען נישט אנגעקומען צו אונז די חידושים פון עטליכע פון די באקאנטע ראשונים, (ווי רמב"ן[14], ריטב"א און ר"ן). פון די אנדערע זייט זענען פארהאן עטליכע וויכטיגע פירושים וועלכע זענען אויף ווייניג אנדערע מסכתות. וויכטיגע מפרשים וועלכע זענען פארהאן אויף די מסכתא נעמען אריין, צווישן אנדערע:
- חידושי הראב"ד, פון דער ראב"ד בעל ההשגות
- תוספות רבינו פרץ
- רבינו יהונתן מלוניל, אויף רי"ף
- ספר ההשלמה
- רשב"א
- מאירי - בית הבחירה
- תוספות רי"ד, ווי אויך פסקי הרי"ד און פסקי ריא"ז
- תוספות הרא"ש
- שיטה מקובצת
- ים של שלמה
- חידושי הב"ח, פון רבי יואל סירקיש
- חידושי מהר"ם שיף
- לחם אבירים, פון רבי אברהם בן עזוז
- תורת חיים, פון רבי אברהם חיים שור
- פני יהושע, פון רבי יעקב יהושע פאלק
- קיקיון דיונה
- פנים מאירות
- כוס הישועות
- חידושי הפלאה
- חידושי רעק"א
- חידושי חת"ם סופר
- נחלת דוד, פון רבי דוד טעבל פון מינסק א תלמיד פון רבי חיים פון וואלאזשין
- חדושי הגר"ש שקאפ
- ברכת שמואל
אויף מסכת בבא קמא (ביז פרק שביעי) איז ארויסגעגעבן געווארן דער "אוצר מפרשי התלמוד", א פראיעקט פון מכון ירושלים צו זאמלען די פארשידענע פירושים און חידושים און זיי אפשרייבן אין קורצן אויפן סדר.
אין יאר ה'תשנ"ז האט הוצאת שבתי פרנקל ארויסגעגעבן די מסכתא מיט שינויי נוסחאות לויט כתבי יד, אינאיינעם מיט א "ספר המפתח" (צו ארום 1,400 ספרים) מיט מקורות וועלכע באציען זיך אויף די גמרא אדער מפרשים אויפן דף. דער ספר המפתח איז שפעטער ארויסגעקומען אויך אויף בבא מציעא און בבא בתרא, און איז שפעטער גערופן געווארן "רזא דשבתי" נאך שבתי פרענקל.
דרויסנדע לינקס
- משניות, תוספתא, תלמוד בבלי, תלמוד ירושלמי, פון מסכת בבא קמא אויף שיתופתא
- מסכת בבא קמא, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
- מסכת בבא קמא – צורת הדף, טעקסט, און מפרשים, אויף היברובוקס
- ספרים אויף מסכת בבא קמא, אויף אוצר הספרים היהודי השיתופי
- משנה, בבלי, ירושלמי, תוספתא, רי"ף, אויף על התורה זייטל
- מסכת בבא קמא – שינויי נוסחאות, מאנוסקריפטן און ערשטע דריקן, אויפ'ן "הכי גרסינן" וועבזייטל
- תלמוד בבלי, מסכת בבא קמא, אויף "מפעל המילון ההיסטורי"
- כתב יד, מסכת בבא קמא, תלמוד בבלי, פירענצע, 12'טן יארהונדערט, בפרויקט "כתיב" באתר הספרייה הלאומית
רעפערענצן
- ↑ פירוש המשניות, הקדמה
- ↑ בית הבחירה, אין די פתיחה בעפאר מסכת ברכות און אין אנהייב מסכת בבא קמא
- ↑ דער צאל פון משניות אין אלע פרקים לויט ווי געדרוקט אין דפוס ראם, ווילנא תרפ"ט. אין אנדערע דרוקן קען עס זיין אנדערש איינגעטיילט.
- ↑ יז, ב
- ↑ כ
- ↑ כב
- ↑ כז
- ↑ מד
- ↑ מו, א
- ↑ נח, א
- ↑ סב, ב
- ↑ פח, ב
- ↑ קיח, א
- ↑ פון רמב"ן איז אבער פארהאן, חוץ פון מלחמת ה' אויפן רי"ף, אויך דער "קונטרס דינא גרמי" וואס איז נוגע צו די מסכתא.
מסכתות ששה סדרי משנה | ||
---|---|---|
זרעים | ברכות (ב י) • פאה (י) • דמאי (י) • כלאיים (י) • שביעית (י) • תרומות (י) • מעשרות (י) • מעשר שני (י) • חלה (י) • ערלה (י) • ביכורים (י) | |
מועד | שבת (ב י) • עירובין (ב י) • פסחים (ב י) • שקלים (י) • יומא (ב י) • סוכה (ב י) • ביצה (ב י) • ראש השנה (ב י) • תענית (ב י) • מגילה (ב י) • מועד קטן (ב י) • חגיגה (ב י) | |
נשים | יבמות (ב י) • כתובות (ב י) • נדרים (ב י) • נזיר (ב י) • סוטה (ב י) • גיטין (ב י) • קידושין (ב י) | |
נזיקין | מסכת נזיקין: בבא קמא (ב י) • בבא מציעא (ב י) • בבא בתרא (ב י) • סנהדרין (ב י) • מכות (ב י) • שבועות (ב י) • עדיות • עבודה זרה (ב י) • אבות • הוריות (ב י) | |
קדשים | זבחים (ב) • מנחות (ב) • חולין (ב) • בכורות (ב) • ערכין (ב) • תמורה (ב) • כריתות (ב) • מעילה (ב) • תמיד (ב) • מדות • קינים | |
טהרות | כלים • אהלות • נגעים • פרה • טהרות • מקואות • נדה (ב י) • מכשירין • זבים • טבול יום • ידים • עוקצין | |
ב – א מסכתא וואס האט תלמוד בבלי י – א מסכתא וואס האט תלמוד ירושלמי
|