מדרש אגדה (באבער)

פון המכלול
ווערסיע פון 15:37, 3 נאוועמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (צוגעלייגט דעסקריפציע: "אנאנימער חיבור אין מדרש סטיל על התורה")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מדרש אגדה איז אן אנאנימער חיבור אויף חמשה חומשי תורה, געשריבן אין מדרש סטיל, וואס איז צום ערשטן מאל ארויסגעגעבן געווארן דורך שלמה באבער אין יאר ה'תרנ"ד, וועלכער האט עס אויך געגעבן דעם נאמען. לויט ווי אנגענומען איז עס פארפאסט געווארן אין פרובאנס, ארום די ד'תת"ק יארן.

דער ספר איז געדרוקט געווארן באזירט אויף אן איינצלנע כתב יד וואס איז געקויפט געווארן אין ארם צובא. דער מאנוסקריפט איז פעלערהאפטיג אויף עטליכע פלעצער, אריינגערעכנט ביים ענדע פון חיבור (פון פרשת כי תצא און ווייטער), עס איז דעריבער אומבאקאנט ווער עס האט קאפירט דעם כתב יד און אין וועלכן יאר - דעטאלן וועלכע פלעגן געווענליך געשריבן ווערן אין קאלאפאן ביים סוף פון מאנוסקריפט. באבער האט עס גערופן מדרש אגדה וויבאלד פילע זאכן וואס רש"י ברענגט אין נאמען פון "מדרש אגדה" געפונען זיך אין דעם ספר.

דער חיבור איז געבויט אויף אן אופן אז אויף טייל פסוקים - אדער חלקים פון פסוקים - זענען פארהאן לאנגע דרשות, ווידער אויף גאנצע קאפיטלען איז גארנישט פארהאן.

אין דעם ספר געפינען זיך אסאך פון די דרושים פון רבי משה הדרשן, עס איז אבער נישט קלאר אויב דער מחבר האט געשעפט דירעקט פון רבי משה'ס ווערק אדער ער האט עס גענומען פון אנדערע ספרים וועלכע ברענגען די רייד (ווי פירוש רש"י און פסיקתא זוטרתי). דער מחבר ברענגט אויך פון מדרש ילמדנו, און פון אנדערע מקורות וואס מיר האבן נישט.

צו ליינען מער

דרויסנדע לינקס