מולד

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

באדייט

די מולד הלבנה איז דער רגע ווען די לבנה ווערט דערפרישט אנהייב פון א חודש. די ליכטיגקייט פון די לבנה ווערט גרעסער און גרעסער דורכאויסן חודש ביז דער מיטן פונעם חודש. דאן הייבט עס אן ווערן קלענער אין קלענער ביז סוף חודש, ווען עס ווערט אינגאנצן טונקל. דאן ווערט עס באנייט, ביים מולד, און א נייע חודש הייבט זיך אן. די גרויסקייט פון די ליכטיגקייט פון דער לבנה ווענד זיך אין איר עלאנגאנאציע מיטן זון ("עלאנגאנאציע" די ווייטקייט פון די לבנה צום זון אין דער גלגל המזלות). די לבנה קרייזט ארום דער וועלט איבערן הימל פון מערב קיין מזרח. וואס נענעטער די לבנה איז צום זון, אלץ קלענער איז די ליכטיקייט דערפון טייל, און וואס ווייטער, אלץ גרעסער. האלב פונעם פיזישן לבנה איז אלעמאל באלאכטן, דאס איז די האלב וואס איז צו די זייט פון דער זון; און וואס מער דער וועלט איז צווישן די זון מיט דער לבנה, אלץ מער קען מען זען פון דער גאנצע באלאכטענע טייל פון איר. א מולד איז דעפינריט אלץ דער רגע ווען די עלאנגאנאציע פון די לבנה צום זון איז 0*, דאס הייסט זיי זענען ביידע אין די זאלבע ארט אין דער גלגל המזלות[א]. די לבנה איז דאן צווישן דער וועלט מיט דער זון, און אינגאנצן טונקל. פון יענע רגע און ווייטער ווערט באנייט די נייע לבנה פון די נייע חודש. די לבנה'ס מהלך ארום דעם הימל רעלאטיוו צום זון געדויערט ארום 29.5 טעג. איר מהלך רעלאטיוו צו די שטייענדע שטערענעס איז קורצער, בלויז 27.3 טעג. נאר דורכאויס די 27.3 רוקט זיך דער זון זעלבסט ארום 9* קיין מזרח, אין זיין אייגן גאנג איבערן הימל. דער לבנה דארף דאס משלים זיין אין די איבריגע 2.5 טעג פון די חודש.

קידוש החודש

נאטיצן


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:ביאורים

ליידיגע פאראמעטער [ 1 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

  1. קוקנדיג אויף זייער פאזיציע פון מזרח צו מערב. דער זון קען אבער זיין צו צפון אדער צו דרום פון די לבנה בשעת'ן מולד

רעפערענצן