רוי:סמבטיון

פון המכלול
ווערסיע פון 20:23, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

סמבטיון אָדער סאַמבאַטיאָן אין מדרש (בראשית רבה פרק י"א) דערציילט אז די עשרת השבטים האבן גולה געווען אויף דער צווייטער זייט פון טייך סמבטיון, וואס די גאנצע וואך ווארפט זי שטיינער און מען קען נישט אריבערגיין דער טייך, און נאר שבת איז דער טייך רוהיג. און ווען די צייט וועט קומען וועט משיח זיי אָפברענגען פון דארטן, ווען ער וועט אויסלייזן כלל ישראל.

דער טייך הייסט "סמבטיון" (פון וואָרט "שבת", "סאַבאַט") און "סנבטיון". די אַגדה וועגן דאָזיקן טייך איז פארהאן אין מסכת סנהדרין ס"ה אין נאָמען פון תנא רבי עקיבא. אָבער די לעגענדע וועגן טייך איז געווען פאַרשפרייט נאָך פריער (פלאַוויוס אין מלחמות ספר ז', פליניוס). וועגן דעם, אַז אין יענער זייט סמבטיון געפינען זיך די עשרת השבטים, איז פארהאן אין ירושלמי סנהדרין פרק י' "אחת לפנים מנהר סמבטיון". שפעטער ווערט די לעגענדע געבראַכט אין דעם ספור פון אלדד הדני.

אין די שבת זמירות "מה יפית" און "יום שבת קודש" ווערט דערמאָנט דער סמבטיון.[1]

אין פיל צייט האָבן פאַרשידענע אידישע רייזנדער געפרוּאווט צוצוקומען צום טייך סמבטיון און צו געפינען די עשרת השבטים.

פרטים ביי לאַזאַר אין זיין בוך "עשרת השבטים", אויך אין ערוך השלם פון קאהוט (ערך "סמבטיון").

עס איז באקאנט דער בריוו וואס דער שבת האט געשיקט צום ספרדישן חכם אבן עזרא, און דארט ווערט דערמאנט דער טייך סמבטיון.

זעט אויך

אלדד הדני | הרי חושך | עשרת השבטים

רעפערענצן

  1. זה האות אשר שם אל, בינו ובין בני ישראל ובשביעי אשר הואל, סמבטיון הנהר, שבכל יום רץ ונמהר, יוכיח בו מנוח, תשיב למין אשר שואל.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!