רוי:מצדה אויפן כרמל

פון המכלול
ווערסיע פון 19:43, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פעסטונג אויפן כרמל איז געווען א פלאן, פון דער יידישער פירערשאפט אין פאלעסטינע, פון יאר 1942. דער פלאן רעכנט אריין חיפה, גליל און בערג ארום יזרעאל טאל, אלס באפעסטיגטע געגנטן, וואס אויב די ווערמאכט וועט איינעמען ארץ ישראל, וועלן די אידן געברענגט ווערן אהין, און פון דארט וועלן זיי דורכפירן גערילא אטאקעס קעגן דייטשן מיליטער.

דעם פלאן האבן אויסגעארבעט יצחק שדה און יוחנן רעטנער, וואס שפעטער זענען זיי געווען גענעראלן אין צה"ל. דער בריטישער מאנדאט האט געשטיצט דעם פלאן, וויבאלד ערווין ראמעל גענעראל פונעם דייטשן אפריקע קארפוס, האט זיך געפונען אין עגיפטן, און די בריטישע ארמיי האט עס אויפגעשטעלט אלס לעצטע דעפענסיווע ליניע, אויב ראמעל וועט אנקומען קיין פאלעסטינע.

בערנארד מאנטגאמערי, דער ענגלישער גענעראל, האט באזיגט צום סוף די קאמף אין על אלאמיין, איז דער פלאן אויסגערינען, און עס איז גארנישט פון דעם געווארן.

אין ישראל רופט מען עס אויך מיטן נאמען "200 טעג פון ציטער", אויפן נאמען פון א בוך, וואס מען האט געשריבן אויף דעם.

אין יאר 2006, האבן צוויי דייטשע היסטאריקער, געפונען דאקומענטן וואס צייכענען די דייטשע איינעמען, פון עגיפטן און ישראל, און זיי האבן אויפגעשטעלט עס.עס. איינזעץ גרופע עגיפטן, וואס איר ציל איז אומברענגען עגיפטישע און פאלעסטינע אידן, נאכן אריינקום פון די ארמיי, די גרופע האט זיך געוואלט באנוצן מיט לאקאלע איינוואוינער, ווי זיי האבן געטון אין מערערע פלעצער אין אייראפע, און אין פאלעסטינע וואלט עס זיי גאנץ לייכט אנגעקומע, אויסצופירן מיט די אראבער. די עס עס גרופע איז געבליבן אין אטען, גריכנלאנד, וויבאלד די נאציס זענען קיינמאל נישט אנגעקומען.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!