רוי:מיט ראמני
וואלטער מיט ראמני (געבוירן 12טן מערץ, 1947) איז אן אמעריקאנער ביזנעסמאן און פאליטיקער. ער איז געווען דער 70סטער גובערנאטאר פון מאסאטשוסעטס, ערוועלט געווארן אין 2002, ראמני האט געדינט איין טערמין ביז 2007, ער איז נישט געלאפן פאר נאך א טערמין.
ראמני האט קאנדידירט אין די אמעריקאנער פרעזידענט וואלן 2008, פאר דער רעפובליקאנער פארטיי, און איז געלאפן נאכאמאל אין יאר 2012. עס האט זיך דערקענט און 2012 אז ער איז גוט צוגעגרייט צו זיין א קאנדידאט, ער האט צוריק געענטפערט אלע פראגעס שארף און צו דער זאך. ער האט אבער פארלוירן צום דעמאקראטישן קאנדידאט באראק אבאמא,
ער געהערט צו דער מארמאנישער רעליגיע, און איז דער ערשטער פרעזידענט קאנדידאט וואס געהערט צו יענער רעליגיע.
ביזנעס קאריערע
אין ביזנעס האט ער זיך געמאכט א נאמען אלס איינער וואס געשטעלט אויף די פיס ביזנעסער וואס האבן געהאלטן ביים צוזאם פאלן. ער האט אויך געהאלפן שטעלן אויף די פיס די 2002 אלימפיאדע.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!