רוי:דיאמעטער

פון המכלול
ווערסיע פון 14:26, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
M-צענטער פון קרייז, d- דיאמעטער פון קרייז, r-ראדיוס פון קרייז

אין געאמעטריע איז דער דיאַמעטער פון א קרייז א כארדע פונעם קרייז וואס גייט אדורך דעם צענטער. מען ניצט דאס זעלבע ווארט פאר דער לענג פונעם דיאמעטער; די לענג פונעם דיאמעטער איז טאפלט פון דער לענג פון א ראדיוס פונעם קרייז.

אין גראף טעאריע איז דער דיאמעטער פון א פארבינדליכער גראף דער גרעסטער דיסטאנץ צווישן די ווייטסטן צוויי קנופן איינס פון אנאנד אינעם גראף.

פאראלגעמיינערונג

די דעפיניציעס זענען ספעציפישע פאלן פון דעם באגריף פון א דיאמעטער אין א מעטרישן רוים: דער דיאמעטער פון א סכום אין א מעטרידשן רוים איז דער סופרעמום פון די דיסטאנצן צווישן פונקטן אין אים. פארמאל, אז איז א סכום אין א רוים מיט מעטריק , ווערט דער דיאמעטער פון דעם סכום דעפינירט אזוי: .

דער דיאמעטער פון א קרייז לויט דער אלגעמיינער דעפיניציע איז גלייך מיט דער נארמאלער געאמעטרישער דעפיניציע, ווייל דער דיאמעטער איז דער לענגסטער סעגמענט צווישן צוויי פונקטן אין א קרייז.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!