רוי:גהאנע
רעפובליק פון גהאַנע | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: | |||||
קאָנטינענט | אפריקע | ||||
אָפיציעלע שפּראַך | ענגליש | ||||
הויפּטשטאָט | אקרא 5°33′N 0°15′W / 5.550°N 0.250°W | ||||
רעגירונג | רעפובליק | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
דזשאן אטא מילס | ||||
גרינדונג דאַטום |
6טן מערץ 1957 (פון פאראייניגטן קעניגרייך) | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
238,533 קוואַדראַט ק"מ 81 3.5% | ||||
באַפעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקייט |
24,339,838 (2010) 47 102.04 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $35,990 מיליאן (98סט) | ||||
וואַלוטע | גהאנע סעדי | ||||
צייט זאָנע | UTC | ||||
אינטערנעט דאָמען | gh. | ||||
טעלעפאָן קאָד | 233+ |
די רעפובליק פון גהאַנע (ענגליש: Republic of Ghana) איז א לאנד אין מערב אפריקע. זי גרעניצט בארטן פון העלפאנדביין צו מערב, בורקינע פאסא צו צפון, טאגא צו מזרח, און דעם איינגאס פון גיני צו דרום.
גהאנע האט א באפעלקערונג פון 24 מיליאן מענטשן (געשאצט 2010). די הויפטשטאט איז אקרא. גהאנע איז די צווייטער גרעסטער פראדוצירער פון קאקאא אין דער וועלט. די אפיציעלע שפראך איז ענגליש.
היסטאריע
גהאנע איז געשאפן אין 1957 פון צוויי בריטישע קאלאניעס, גאלד בארטן און בריטישע טאגאלאנד. דער ערשטער פרעמיער מיניסטער איז געווען קוואמע נקרומא. שפעטער האבן די מיליטער איבערגענומען די הערשאפט אין לאנד. אין 1992 האט מען אויפגענומען א נייע דעמאקראטישע קאנסטיטוציע. דער ערשטער פרעזידענט אונטער דער נייע קאנסטיטוציע איז געווען דזשערי ראלינגס. דער היינטיגער פרעזידענט איז דזשאן אטא מילס פון דער נאציאנאלער דעמאקראטישער קאנגרעס פארטיי.
ראיאנען און שטעט
גהאנע ווערט צעטיילט אין 10 ראיאנען:
- אויבער מזרח
- אויבער מערב
- אשאנטי
- בראנג־אהאפא
- גרויס־אקרא
- וואלטא
- מזרח
- מערב
- צענטראל
- צפון
די צוויי גרעסטע שטעט אין גהאנע זענען אקרא (באפעלקערונג 3,963,264) און קומאסי (2,604,909).
עקאנאמיע
גהאנע איז איינער פון די הויפט פראדוצירערס פון גאלד, אין דער וועלט. אויך טוט זי עקספארטירן קאקאא, אויל, האלץ, עלעקטריע, בריליאנטן, באקסיט און מאנגאן.
רעפערענצן
דרויסנדע לינקס
לענדער און טעריטאריעס אין אפריקע | ||
---|---|---|
מערב אפריקע | בארטן פון העלפאנדביין · בורקינע פאסא · בענין · די גאמביע · גהאנע · גינע · גינע-ביסאו · טאגא · ליבעריע · מאלי · ניזשער · ניגעריע · סיערע לעאנע · סענעגאל · קאפווערדישע אינזלען | |
צפון אפריקע | ||
צענטראל-אפריקע | ||
מזרח אפריקע | ||
דרומדיקע אפריקע | באצוואנע · דרום אפריקע · זאמביע · זימבאבווע · לעסאטא · נאמיביע · סוואזילאנד |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!