רוי:אתרא קדישא

פון המכלול
ווערסיע פון 11:31, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אתרא קדישא איז אן ארגאניזאציע וואס אלאמירט און היט אויף אור-אלטע קברים אין ארץ ישראל וואס זענען נישט אנגעצייכנט אלס קברים, די ערד פון ארץ ישראל איז פיל מיט זיי.

דער ערשטער פארזיצער איז געווען אברהם ברוך אראטען און צווישן די מיטגלידער אין דער הנהלה איז געווען נחום יואל האלפערין. דער קאסירער פון דער ארגאניזאציע איז געווען דער סוחר יחיאל בענעדיקט (דער שווער פון הרב מאיר סאלאווייטשיק) און נאך אים הרב משה יהושע לאנדא. אין די אנהייב תש"ל יארן האט אראטען פארלאזט די ארגאניזאציע און האלפערן האט איבערגענומען די פירערשאפט. עטליכע יאר שפעטער איז דער היינטיגער פירער פון אתרא קדישא באשטימט געווארן, רבי דוד שמידל.

זומער 1998, אין פארלויף פון ברוקירן דעם עוזי נרקיס שאסיי אין ירושלים, האט מען געטראפן קברים אויף דער ליניע פונעם פלאנירטן שאסיי, נאענט צו פסגת זאב. רבי יוסף שלום אלישיב האט איבערגעגעבן זיין דעה אז מען קען אריבערפירן די קברים מיט געוויסע באדינגונגען. קעגן אים האבן געהאלטן דער בית דין פון דער עדה החרדית אז ס'איז נישט פאראן קיין היתר לויט דער הלכה צו באוועגן די קברים. אויך רבי משולם דוד און מאיר, קינדער פונעם בריסקער רב, האבן מיטגעהאלטן, אויך ווען לויט דער הלכה מעג מען באוועגן די קברים, זאל מען דאס אבער נישט טון וועגן א חשש אז מען ווען ניצן דעם היתר ווען מען דארף נישט.

נאך דעם האט אתרא קדישע צעשפאלטן צוליב א מחלוקת מיט הרב אלישיב, וואס האט געשטיצט אויפשטעלן א נייע ארגאניזאציע אונטער מיכה רוטשילד, וואס פלעגט זיין דער ארבעטער פון הרב שמידל, צוזאמן מיט חזקיהו קאלמאנאוויטש און יואליש קרויס מיט ישראליק אייזענבאך.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!