עשרה נסיונות
צען נסיונות מיט וועלכע אברהם אבינו איז געפרואווט געווארן
עשרה נסיונות זענען די צען נסיונות מיט וועלכע אברהם אבינו איז געפרואווט געווארן פון באשעפער, לויט ווי דערמאנט אין חז"ל. אברהם, וועלכער איז זיי אלע בייגעשטאנען בשלימות, ווערט דערויף דערמאנט צום גוטן, און עס ווערט אסאך באנוצט אין די פיוטים און סליחות צו ערוועקן אין הימל רחמנות און זכות אבות אויף אידן.