רוי:רבי יהושע פלק כ"ץ

פון המכלול
ווערסיע פון 09:02, 20 אקטאבער 2023 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (דעסקריפציע: פוילישער רב, דער סמ״ע)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דער גאון רבי יהושע וַלְק הכהן כ"ץ זצ"ל איז געווען דער ראש ישיבה אין לעמבערג (לבוב) יצ"ו. ער איז געווען א זון פון ר' אלכסנדרי הכהן פון קראקא. זיין מאמע, מרת קרענדל, איז געווען א שוועסטער פון דער רמ"א'ס טאטע, רבי איסרל. דער באקאנטער מנהג צו צודעקן די אויגן ביי ליכט בענטשן פרייטאג צונאכטס, שטאמט פון זיין רביצין הרבנית בילא.

מען רופט אים סְמַ"ע, ווייל ער האט געשריבן א ספר אויפ'ן טור און שלחן ערוך מיט'ן נאמען מאירת עינים. דער ראשי תיבות פון סמ"ע איז: ס'פר מ'אירת ע'ינים. ער איז געווען א תלמיד פון זיין שוועסטער קינד דער רמ"א, און פון דער מהרש"ל. ער איז נסתלק געווארן שבת חול המועד פסח, י"ט ניסן, שנת שע"ד לפ"ק.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!