רוי:CIA

פון המכלול
ווערסיע פון 02:25, 20 אקטאבער 2023 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (דעסקריפציע: שפיאן ארגאניזאציע פון די פאראייניגטע שטאטן)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


CIA
Central Intelligence Agency
CIA לאגא
הויפטקווארטיר לענגלי, ווירדזשיניע, פאראייניגטע שטאטן

CIA (ראשי תיבות: Central Intelligence Agency צענטראלע אינטעליגענץ אגענטור) איז די שפיאן ארגאניזאציע פון די פאראייניגטע שטאטן.

סי איי עי'ס ארבעט איז, דריי זאכן:

  • 1) צו אנאליזירען אנדערע לענדער'ס אקטיוויטעטן, און זייערע מענטשן.
  • 2) פראפאגאנדע אין די וועלט לטובת אמעריקא, אמת'דיגע און פאלטשע.
  • 3) אונטערערדישע אקציעס, און מיסיעס, מיט וואס די ארגאנעזאציע איז אזוי באוואוסט.

איר הויפט קווארטיר איז לענגלי, ווירזשיניע, א פאר מייל פון דער הויפטשטאט וואשינגטאן די סי.

היסטאריע

די ארגאניזאציע איז געגרינדעט געווארן 1947 אין דער צייט פון פרעזידענט הערי טרומאן, - מער פונקטליכער - נאך דער צווייטער וועלט מלחמה ווען די (oss) איז צוטיילט געווארן Office of Strategic Services האט פ. טרומאן אין 1946 אויפגעשטעלט די סי איי עי נאר שפעטער איז עס צוגעלייגט געווארן צום "נאצינאלע זיכערהייט אקט" געזעץ אין 1947 ווען ס'איז אריין אין קראפט סעפטעמבער 18 1947.

די ארגאניזאציע איז אונטערן פרעזידענט ער געט די רעכט פאר אלע אונטערערדישע אפעראציעס

דאס האט אסאך געהאלפן צו כאפן די מלחמה פארברעכער, שפעטער אין 1949 איז אדורכגעפירט געווארן די געזעץ וואס געט רעכט זיך צו באניצען מיט אומגעצוימטע פאנדען, און אז אלע איהרע פראצעדורען מעגן געטועהן ווערען ווייט פינעם מענטשן'ס אויג אהן אפגעבן דין וחשבון, אפילו וויפאל איינגעשטעלטע ארבעטן איז אויך געווארן א געהיימניס.

איר עיקר ארבעט אין די ערשטע יאהרען איז געווען קעגען רוסלאנד דורך אויס די קאלטע קריג

אין 1970, אין די צייטן פון ריטשארד ניקסאן, ווען ניקסאן האט געוועלט אויסניצן זיינע כוחות דורך די סי איי עי, צו פארשווייגען די עפ בי איי (fbi), און נישט צולאזען א אויספארשונג אויף די פרשה פון וואטערגעיט, האט די קאנגרעס ארויפגעלייגט א פארבאט צו שפיאנירען אידערהיים - איליגעל - (אין אמעריקע), און אויך נישט צו עסעסינעיטן פירער'ס פון פרעמדע לענדער אין 1988 איז די ערשטע מאהל וואס א סי איי עי דירעקטאר ווערט פרעזידענט דורכ'ן שטימען פאר דזשארזש ה. בוש אין דעם היסטארישן טאג סעפטעמבער 11 2001 זענען אסאך צוימונגען וואס קאנגרעס האט ארויפגעלייגט אין יאר 1970 צוריק אריין אין קראפט, נאכ'ן אריינקומען אין א נייע עפאכע,

ווי מ'רופט דאס "פאיסט 911".

סי איי עי'ס פליגל - און זייערע אפעראציעס

אייגענע עראפלאנען, אייגענע סאלדאטן, אייגענע טורמע'ס, און נאך.

זיי האבן געהאט א אייגענע פלאטע פון יו-טו (u-2) און עס-אר-71 (sr-71) סערוועילענס פליגערס.

  • 1950-60 האבן זיי איינגעפירט א מיינד קאנטראל פארשונג אין אמעריקע און אין קאנאדע, מיטן נאמען "mk-ultra", דער קאנאדישער פראיעקט איז געווען אריינגערעכנט צו אויפעפענן (דיוועלאפען) די טאקטיקען וואס די נאציס ימ"ש האבען געניצט צו ארויסנעמן די מענטשליכקייט פון מענטשן דאס מיינט ווערו א נומער אין אנדערע ווערטער דאס האט מען פראקטיצירט און עקספערימענטירט מיט וואלינטורען מיט'ן אויספרובירען אלע מינע דראג'ס א באקאנטע נאמען פון איינע פון די דראגס איז lsd. און אויך מיט היפנאזיע, אין עלעקטיריציטעט,
  • אויפגעשטעלט פארטייען דורכאויס אייראפע, און צוגעשטעלט וואפען נישט צולאזען קאמיוניזום איבער נעמען, נישט איבעראל איז דאס געווען א סוקסעס אבער אין פראנקרייך, איטאליע, האט דאס יא אויפגעטון, און די פראיעקט האבן זיך באטייליגט אוקראינע, פוילן, אלבאניע, און נאך לענדער איבער די וועלט, ס'זאל נישט ווערן אריינגעכאפט אין קאמוניזם.

ארום און ארום

סי איי עי ארבעט אינאיינעם מיט די mi6 פון ענגלאנד, מדינת ישראל "מוסד", קאנאדע csis. אוסטראליע'ס asis. פארשטייט זיך נישט אפענערהייט. ס'האט געארבעט אינאיינעם מיט די isi. פון פאקיסטאן ביי די אפגאן-סאווועיט מלחמה, און יעצט מיט די מלחמה אויף טעראר

זעט אויך

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!