רוי:רבי אברהם הורוויץ
רבי אברהם הורוויץ (ה'תרמ"ה - ה'תש"ב), גערופן רבי "אברהם'לי דעמביצער".
אפשטאם
רבי אברהם'לי איז געבוירן אין יאר ה'תרמ"ה (אומגעפער), צו זיין פאטער רבי אליהו הורוויץ, רב אין זאלין, באקאנט אלס דער זאלינער רב, א זון פון רבי נפתלי חיים הורוויץ, פון דזשיקאוו - ירושלים, דער וואונדער רבי, א זון פון רבי מאיר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם, א זון פון רבי אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון רבי נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב.
געשיכטע
רבי אברהם'לי האט געוואוינט נעבן זיין שווער אין דעמביץ. ער פלעגט אפט קומען קיין דזשיקאוו, דארט פלעגט ער אנזיצן א לענגערע צייט ביי זיין בעל אכסניא ר' ישראל קאלאמייער. ער איז געווען א געוואלדיגער תלמיד חכם, דערפאר האבן די שטאט'ס מענטשן אים אפגעגעבן א גרויס רעספעקט, און פלעגן אים שיין אונטערשטיצן. זיין באנעמונג איז געווען זייער אינטערעסאנט, ער איז געזעסן אין בית המדרש א גאנצן טאג, ער האט נאר געגעסן מילכיגס.
הסתלקות
רבי אברהם'לי איז אומגעקעמען אין יאר ה'תש"ב, הי"ד.
פאמיליע
רבי אברהם'לי האט געהייראט מרת ביילא די טאכטער פון הרב שמואל הורוויץ, רב אין דעמביץ, א זון פון הרב ראובן הורוויץ רב אין דעמביץ, א זון פון רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פונעם ראפשיצער רב. זייערע קינדער:
- מרת חנה, די ווייב פון הרב יצחק איטינגער; זיי זענען אומגעקעמען צוזאמען מיט זייער זון אין יאר ה'תש"ב, הי"ד.
- מרת מרים, הי"ד.
- הרב יהודה מאיר, הי"ד.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!