באַניצער:תנא קמא/גן עדן

פון המכלול
< באַניצער:תנא קמא
ווערסיע פון 23:43, 16 אקטאבער 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (פון יידישע ענציקלאפעדיע)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Bucket in the sand.svg
דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל
דער בלאט איז א דרעפט פון תנא קמא.
דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל
דער בלאט איז א דרעפט פון תנא קמא.

גן עדֹן אין חומש בראשית ג' װערט דערציילט דער סיפּור, אַז ווען גאָט האָט באַשאַפן אדם און חוה האָט ער זיי באַזעצט אין גאָרטן (גן) אין דעם אִרט "עדן", וואו זיי האָבן געהאָט פרוכטן פון בוימער צום עסן, נאָר צוליכ דעם װאָס זיי האָכן עובר געווען אויפן געבאָט נישט צו עסן פון עץיהדעת, זענען זיי פאַרטריבן געװאָרן פון גן עדן אין דער משנה און גמרא ווערט מיטן װאָרט גן עדן באַצײיכנט דאָס אָרט אויף יענער וועלט, אין עולם הבא, וואו די נשמות פון צדיקים קומען אַרײן און געפינען זיך דאָרט. אויך די נשמות פון די רשעים נאָכדעם וי זיי קומען אָפּ זייער שטראף אין גיהנום (זע זוכװאָרט ,גיהנום') גייען אַרין אין גן עדן, אין דער משנה ווערט דער אויסדרוק געבראַכט אין פּרקי אבות פּרק ה' ,ובושת פּנים לגן עדן' (דער שעמעוודיקער װעט האָבן דעם גן עדן); אין דער גמרא ווערט דער אויסדרוק געבראַכט פיל מאָל; אין ברכות כ"ח ווערט דערציילט וי רבן יוחנן בן זכאי האָט פאַרן טויט געוויינט און געזאָגט, אַז עס זענען פאַראַן נאָכן טויט צװויי וועגן, איינער צום גיהנום און איינער צום גן עדן, און איך וייס נישט אין וועלכן מען װעט מיך פירן. אין טײל ערטער פון דער גמרא (ברכות ל"ד) און אַ דיי אַנדערע ערטער, וערן געבראַכט די אגדות, אַז אין גן עדן װעט דאָס לעבן זיין ענגלעך צום לעבן אויף דער ערד, מיט עסן און טרינקען וויין ,יין המשומף" (זע זוכווערטער יין המשומר'י, ,,לויתן, .שור הבר"'), אָבער אין אַנדערע ערטער פון דער גמרא (ברכות י"ז) װוערט גע" זאָגט, אַז אויף יענער װעלט איז נישטאָ קיין עסן און קיין טרינקען, נאָר די צדי" קים זיצן מיט קרוינען אויף די קעפּ ;ונהנין מזיו השכינה (און האָבן הנאה פון דער שטראַלונג פון דער שכינה). דער רמב'ים אין פּירוש המשניות סנהדרין צום פּרק ,,חלקיי טייטשט עס אויס, אַז די אַלע אויסדרוקן וועגן עסן און טרינקען זענען נאָך בדרך מליצה און אַז אין גן עדן זענען די פאַרגעניגנס נאָר גייסטיקע, דער העכערער גענוס פון דערקענטעניש פון דער געטלעכקייט, וועלכע די מענטשן אויף דער ערד קאָנען עס נישט אויפאַסן. --- אין כתובות עז ווערט גע בראַכט די אגדה, אַז רבי יהושע בן לױ איז אריין לעבעדיקערהייט אין גן עדן.-אין תמיד לייב װוערט דערציילט די לעגענדע וי אַלעקסאנדער מוקדון איז צו געקומען צום טויער פון גן עד איך פון אַנדערע ערטער אין דער גמרא איז צו זען, אַז עס איז געװען דער גלויבן, דאָס אויך אויף דער ערד איז פאַראַן אַ גן עדן, װאָס מען האָט גערופן אין די שפּעטערדיקע ספרים ,גן עדן התחתון" און אויך ,,גן עדן של מטהי' (דער גן עדן אונטן, אויף דער ערד). דער רמבי'ם אין דערמאַנטן פּירוש אויף דער משנה אין סנהדרין האַלט אויך פון דאָזיקן גלויבן און זאָגט, אַז עס איז פאַראַן ערגעץ אויף דער ערד אַזאַ שיינער און פרוכט בארער אָרט, און אַז ווען משיח װעט קו" מען װועט ער אַנדעקט וערן. גאָר שפּעטער זענען געווען פאַרשידענע פאָלקסלעגענדס וועגן רבי שמשון (שר) מקוצי, דעם ,מקדש מלך' און אַנדערע, אַז בלאָנדזשענדיק אין וועג האָבן זיי אָנגע" טראָפן אויף דעם גן עדן התחתון, דאָרט פאַרבראכט שבת און געהערט וי מען האָט אויפגערופן צו דער ספר תורה אהרן הכהן, משה רבנו אַלס לוי, אברהם, יצחק און יעקב. -- זע אויך זוכווערטער ;יין המשומר"", ,לויתן", ,,עולם הבא, ,,שור הבור"",


רעפערענצן