לישב בסוכה
ברכת לישב בסוכה
|
---|
בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלֹקֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם אֲשֶר קִדְּשָׁנוּ בְּמִצְוֹתָיו וְצִוָּנוּ לֵישֵׁב בַּסֻּכָּה. |
ברכת "לישב בסוכה" איז א ברכה וואס חכמים האבן מתקן געווען צו מאכן אויפ'ן מקיים זיין די מצוה פון זיצן אין סוכה. כאָטש די מצוה פון סוכה ווערט געטון פון דעם מאָמענט ווען מען גייט אריין אין סוכה, איז למעשה נישט איינגעפירט צו מאכן די ברכה ביי יעדן אריינגאנג אין די סוכה, נאר בלויז ווען עס איז דא א ספּעציפישע באנוץ מיט דער סוכה ווי עסן אדער שלאפן.
מקור
תניא: העושה סוכה לעצמו, אומר: ברוך אתה ה' אלהינו מלך העולם שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה;
בא לישב בה, אומר: ברוך אתה ה' אלהינו מלך העולם אשר קדשנו במצותיו וצונו לישב בסוכהגעלויבט ביזטו ה' אונזער ג-ט, קעניג פון דער וועלט, וואס האט אונז געהייליגט מיט זיינע מצוות און אונז באפוילן צו זיצן אין די סוכה.
לעשות סוכה
אין ירושלמי[1] שטייט אז ווען מ'בויט די סוכה פאר זיך זאגט מען "ברוך אשר קדשנו במצוותיו וציונו לעשות סוכה", און פאר א צווייטן "לעשות לו סוכה לשמו". אבער דער בבלי זאגט אז מען מאכט נישט די ברכה[2], און אזוי פסק'נט מען[3].
גדר חיוב הברכה
גמרא
אין גמרא[4] איז פארהאן א מחלוקת אמוראים: לויט שמואל, וויבאלד דער מצוה איז א שטענדיגער אפגעזען פון נאכט אדער טאג, מאכט מען די ברכה בלויז דעם ערשטן טאג סוכות, ווייל "אלע זיבן טעג זענען ווי חד יומא אריכא דמו", און לויט רבי יוחנן, מאכט מען יא די ברכה אלע זיבן טעג. שפעטער שטעלט עס די גמרא צו צו א מחלוקת תנאים איבער די ברכה אויף תפילין, אז רבי יוחנן האלט ווי רבי אז "תפילין - יעדע מאל מ'לייגט עס, מאכט מען א ברכה" אפילו הונדערט מאל א טאג, אנדערש ווי די חכמים וואס האלטן אז בלויז איינמאל אינדערפרי. אין די מסקנא זאגט די גמרא אז "מיר פירן זיך אויך ווי רבי, און מען מאכט די ברכה [אויף סוכה] אלע זיבן".
די ראשונים ערקלערן דעם חילוק פון סוכה און מצה, וואס דארט מאכט מען די ברכה לכולי עלמא נאר דעם ערשטן נאכט, וויבאלד פסח קען א מענטש אנגיין די אנדערע טעג אן עסן מצה דורכ'ן עסן רייז וכדומה, אנדערש ווי ביי סוכה וואס א מענטש מוז שלאפן[5], דעריבער מוז ער על כרחו שלאפן און פארברענגען אין סוכה[6]. אנדערע מאכן דעם חילוק, אז ביי מצה, אפילו ער עסט דאס די אנדערע טעג איז ער בכלל נישט מקיים קיין מצות עשה, נאר א לא תעשה פון נישט עסן חמץ, דעריבער קען ער נישט זאגן "וציונו על אכילת מצה". ווידעראום ביי סוכה, אויב עסט ער אין די סוכה אויך די אנדערע טעג איז ער מקיים א מצות עשה פון ישיבת סוכה[7].
ראשונים
איבער ווען מען מאכט די ברכה איז פארהאן א מחלוקת אין ראשונים:
- לויט רוב ראשונים איז סוכה דער זעלבער ווי תפילין, און יעדע מאל וואס א מענטש גייט אריין אין סוכה, אויך אויב ער פלאנט נישט צו טון דערין גארנישט אויסער זיצן, מאכט ער 'לישב בסוכה'. אזוי שרייבן בעל הלכות גדולות, רב האי גאון[8], רי"ף[9], רמב"ם[10], יראים, רבינו שמחה, רוקח, ראבי"ה, ריטב"א[11][א], אורחות חיים בשם רא"ה, מחזור ויטרי, פסקי הרי"ד, רי"ץ גיאת, מאירי, ספר הנייר, שיבולי הלקט און נאך.
- פון דער אנדערער זייט האלט דער רבינו תם אז מען מאכט נאר א ברכה ביים עסן און אלע אנדערע השתמשיות זענען א טפל לגבי אכילה און ווערן גע'פטר'ט מיט די ברכה ביים עסן[13]. ווי דער שיטה האלטן אויך רב יהודאי גאון, בעל העיטור, תוספות אין ברכות[14][ב] און נאך, און אזוי שרייבן אז מען פירט זיך למעשה דער רא"ש, מגיד משנה[10.1], מרדכי[15], און ריא"ז[16].
- דער סיבה פארוואס לויט דעם שיטה מאכט מען נישט אויף שלאפן, כאטש וואס דאס איז נאך הארבער ווי עסן אינעם זין אז שינת ארעי איז אויך מחויב בסוכה מה שאין כן אכילת ארעי, זאגט דער רבינו תם, איז וויבאלד למעשה איז עסן דער עיקר[ג]. תוספות געבט אן די סיבה, אז אפשר וועט ער נישט קענען שלאפן און ס'וועט זיין א ברכה לבטלה[14][17]. פארהאן ראשונים וואס זאגן נאך ביידע תירוצים ווי איינס בשם רבינו תם, אז מ'האט געמאכט אן עיקר פון די עסן כדי אז דאס זאל פטר'ן אלעס אריינגערעכנט שלאפן, אויף וואס מ'קען נישט מאכן צוליב א חשש ברכה לבטלה
פסק
כאטש דער בית יוסף פסק'נט געווענליך ווי דער רי"ף און דער רמב"ם אויך קעגן די בעלי התוספות, אבער אין דעם פאל פסק'נט ער אין שולחן ערוך ווי דער רבינו תם[18] און אזוי פסק'נט אויך דער רמ"א. מערסטנס תימנ'ער אידן פירן זיך אבער ווי די שיטה פון רוב ראשונים[19], און אזוי האבן אויך גע'פסק'נט איינצלנע אשכנז'ישע פוסקים: דער ווילנער גאון[20] און חזון איש[21].
דער משנה ברורה, נאכ'ן ברענגען דעם פסק פון די אחרונים ווי דער רבינו תם, לייגט ער צו א רעקאמענדאציע אויך יוצא צו זיין די שיטה פון די ראשונים און נישט וויילן סתם אין די סוכה אן א ברכה, נאר גלייך ביים קומען פון שול זאל מען מאכן א לישב בסוכה אויף א זאך פון די חמשת מיני דגן פון מער ווי א כביצה און שפעטער ביים סעודה זאל מען נישט מאכן[22].
מנהג אשכנז
צוויי הויפט שיטות זענען דא צווישן די אשכנזישע פוסקים: א) אז יעדע אכילה וואס מען איז מחויב צו עסן אין סוכה וויבאלד עס ווערט גערעכנט ווי אן אכילת קבע, דארף מען מאכן פארדעם די ברכה 'לישב בסוכה'[23]. ב) נאר דער וואס עסט א שיעור וואס האט עפעס א קביעות סעודה מאכט א ברכה, אבער פאר מער פון א כביצה, כאטש ס'איז חייב בסוכה מאכט מען נאכנישט קיין ברכה, וויבאלד עס האט נישט די בחינה פון קביעות סעודה. ביישפיל פאר פעלער וואס האבן עפעס א קביעות סעודה און מען מאכט א ברכה: דער וואס עסט פת הבאה בכיסנין מיט די קאווע אינדערפרי מער פון א כביצה[24]. אזוי אויך דאס וואס מען עסט נאך קידוש כדי ס'זאל זיין במקום סעודה[25]. דער שיטה ווערט געברענגט אין משנה ברורה[26], אבער למעשה שרייבט ער אז די מנהג איז צו מאכן אויף מער ווי א כביצה אויך אָן א צד פון קביעות סעודה. און כדי ארויסצוגיין פון ספק, רעקאמענדירט ער צו בלייבן נאך אביסל אין די סוכה, כדי אז די ברכה זאל נישט זיין בלויז אויף די אכילה.
מנהג ספרד
לויט דער בן איש חי[27] מאכט מען 'לישב בסוכה' נאר אויף א זאך וואס איז 'המוציא' און מ'איז מחויב דאס צו עסן אין סוכה, צ.ב.ש. ברויט גרעסער ווי א כביצה, אדער פת הבאה בכיסנין כשיעור קביעות סעודה וואס איז 'המוציא'.
לויט פילע, אויך איינער וואס עסט א מזונות געקעכץ ווי לאקשן בשיעור קביעות סעודה, כאטש די ברכה איז 'מזונות', מאכט א לישב בסוכה[28]. אזוי איז למעשה געווארן אנגענומען ביי די ספרדישע פוסקים, און איז געווארן דער מנהג יוצאי ספרד.
לויט'ן גינת ורדים מאכט מען א 'לישב' אויך אויף פת הבאה בכיסנין פון א שיעור גרעסער ווי א כביצה, אבער למעשה זענען נישטא קיין ספרדים וואס פירן זיך ווי אים.
וויילן אין סוכה אן עסן
ביי א פאל וואס א מענטש ווייסט אז ער וועט נישט עסן אן אכילת קבע אין סוכה א גאנצן טאג, זאגן פיל פוסקים אז ער זאל יא מאכן 'לישב בסוכה' יעדע מאל ער גייט אריין צו זיצן דארט, וויבאלד דאן איז שוין נישט שייך דער טעם אז אלעס איז א טפל צום עסן, דעריבער גייט מען צוריק צום דין הגמרא צו מאכן יעדע מאל מ'גייט אריין זיצן[29]. אנדערע לייגן צו אז א מענטש וואס גייט אריין אין סוכה נישט מיט'ן פלאן צו עסן דאס מאל, זאל ער מאכן א ברכה אויף דאס עצם וויילן דארט[30].
אבער אנדערע קריגן אויף דעם מיט'ן טענה אז לויט רבינו תם איז דער דין הגמרא אז מען מאכט בלויז אויף אכילה, און דאס איז נישט נאר א מנהג[31]. אבער עס ווערט נישט צוגעצייכנט פון וואו דער רבינו תם האט דאס געזען אין גמרא. פילע ספרד'ישע פוסקים דערמאנען דעם סברא[32], און אזוי איז למעשה אנגענומען דער מנהג ספרד אז מען מאכט בלויז אויף א סעודת קבע.
אסאך אשכנזים פירן זיך צו מאכן א סארט פשרה, אז אויב מ'פלאנט נישט צו עסן א שיעור וואס איז מחייב בסוכה, מאכט מען אויפ'ן עסן א קלייניגקייט פון 'מזונות' אדער וויין וכדומה, וויבאלד רוב ראשונים האלטן אז מ'דארף מאכן אויך אויף סתם וויילן, אבער דער מנהג איז צו מאכן ווען מ'עסט[33].
אין חבר'ס סוכה
איינער וואס באזוכט זיין חבר'ס סוכה, זאגט דער חיי אדם אז ער מאכן א ברכה אויך אויב ער עסט נישט דארט[34] אבער ס'איז בעסער צו טועם זיין עפעס[35]. אנדערע זאגן אז ער זאל נישט מאכן נאר אויב ער עסט[36] אדער ער טוט עפעס וואס איז מחויב בסוכה[37]. דער חיי אדם איז אבער נאר גילטיג אויב גייט ער אריין צום חבר'ס סוכה כדי צו וויילן דארט; אויב אבער ער גייט נאר פאר א פאסיווע זאך, ווי למשל כדי צו אפנעמען א חוב, אפילו ער גייט אריין הייסט ער א מתעסק און דארף נישט מאכן א ברכה[38].
אופן פון די ברכה
עס איז פארהאן א מחלוקת הראשונים וויאזוי מען מאכט די הברכה. לויטן רמב"ם וויבאלד דער עיקר מצוה ווערט מקויים מיטן זיצן למעשה אין סוכה, דארף מען שטיין בשעת'ן זאגן די ברכה, פונקט ווי מען טוט ביי אלע ברכות המצוות, און גלייך דערנאך זיך אוועקזעצן. און ווי אים פירט מען זיך ביי די תימנער אידן. אבער קעגנזייטיג, לויטן ראב"ד און רא"ש ווערט די מצווה מקויים שטייענדיג פונקט ווי זיצנדיג, און דערפאר איז נישטא קיין סיבה צו מאכן די ברכה שטייענדיג וויבאלד דאס מקיים זיין די מצוה האט זיך שוין אנגעפאנגען גלייך מיטן אריינגיין אין סוכה. און וויבאלד מען פירט זיך צו מאכן פארן סעודה, במילא מאכט מען די ברכה זיצנדיג פארן עסן.
דיני קדימה
לויטן מהר"ם מרוטנבורג דארף מען מאכן 'לישב בסוכה' בעפאר די ברכה וואס מען זאגט אויפן עסנווארג, וויבאלד די חיוב ברכת הסוכה פאלט אויפן מענטש גלייך פון ווען ער איז אריין אין סוכה, און נישט נאר פון ווען ער איז צוגעגאנגען עסן. און אזוי איז די דעה פון רמב"ם. אקעגן זיי, לויטן רא"ש דארף מען פארדעם זאגן די ברכה אויפן עסנווארג, ווייל וויבאלד מען בינדט אן די ברכת הסוכה צום עסן, קומט אויס אז דאס עסן ברענגט צו צו די ברכה 'לישב בסוכה' זאל געזאגט ווערן, און דערפאר דארף מען מקדים זיין די ברכת המאכל.
למעשה איז די מנהג אשכנזים, און אזוי אויך מאראקאנער אידן, טוניזיע און רוב ספרדים, צו מאכן אויף די עסנווארנג און דערנאך אויפן סוכה[39]. און פסק פון שולחן ערוך, און אזוי איז דער מנהג פון אביסל פון יוצאי עדות המזרח צו זאגן קודם די ברכת הסוכה און דערנאך די ברכת המאכל[40].
פארשידענע הלכות
פארגעסן צו מאכן 'לישב בסוכה'
איינער וואס פארגעסט צו מאכן 'לישב בסוכה' פארן עסן, אזוי לאנג ווי ער האט נאכנישט גענדיגט עסן - קען ער נאך מאכן. אויב ער האט שוין גענדיגט עסן און ער איז נישט פאראינטרעסירט צו עסן נאך, איז דא וואס זאגן אז אויכט דעמאלט קען ער מאכן 'לישב בסוכה'[41], און עס זענען דא וואס זאגן אז ער זאל נישט מאכן[42].
היסח הדעת וואס פארלאנגט א נייע ברכה
אין אַלגעמיין, פאלט די ברכה 'לישב בסוכה' אויפן מענטש ווילאנג ער וויילט אין סוכה, אזוי אויך אויב ער איז ארויס פאר א קלייניגקייט ווי צו טון זיינע באדערפענישן אדער שמועסן מיט א פריינד, און דאס גלייכן, דארף ער נישט נאכאמאל זאגן די ברכה ווען ער קערט זיך צוריק צו די סוכה[43]. אבער אויב איז ער ארויס אויף א לענגערע וויילע (מער פון א שטונדע) אדער צו א וויכטיגע ציל ווי דאווענען או שול אדער צו זיינע געשעפטן, וועט ער ווערן מחויב מיט נאך א ברכה ווען ער וועט צוריק קומען צום סוכה[37.1].
אין בציאאונג צו א מענטש וואס האט געוויילט אין סוכה נאכאנאנד פון איין סעודה צו די צווייטע איז אויפגעוואכט א מחלוקת צווישן די אחרונים צו ער זאל זאגן נאכאמאל 'לישב בסוכה' פאר די צווייטע סעודה. לויטן ב"ח און ט"ז זאל ער זאגן נאכאמאל, ווייל מסתמא האט ער אינזינען געהאט צו פטר'ן מיט זיין ברכה זיין וויילן אין סוכה נאר ביז די קומענדע סעודה. און לויטן לבוש, של"ה, דער מגן אברהם שולחן ערוך הרב און דער משנה ברורה[43] זאל ער נישט מאכן, ווייל ער האט נישט מסיח-דעת געווען פון די סוכה. און אזוי פירט מען זיך להלכה לויטן כלל ספק ברכות להקל[44].
אריבערגאנג צו א צווייטע סוכה אינמיטן א מאלצייט
אויך אין פאל וואס א מענטש גייט אריבער פון זיין סוכה צו א סוכה פון א צווייטן אינמיטן סעודה איז דא א מחלוקת צו ער דארף מאכן 'לישב בסוכה' ווען ער זעצט פאר די סעודה ביי זיין פריינד. די דעה פון מגן אברהם און שולחן ערוך הרב איז אז אן אריבעראנג פון איין סוכה צו די צווייטע באדארפט א נייע ברכה אין די סוכה וואס צו איר איז ער אריבער, אויך אויב ער האט אזוי געפלאנט פון פאראויס. און לויטן ט"ז און דער לבושי שרד אויב ווען ער האט געמאכט 'לישב בסוכה' אין די ערשטע סוכה האט ער געטראכט צו אריבערגיין אינמיטן די סעודה צו א אנדערע סוכה, זאל ער נישט מאכן אין איר 'לישב בסוכה'. די דעה פון משנה ברורה איז אז וויבאלד עס איז א מחלוקת, זאל ער נישט מאכן אלס ספק.
זעט אויך
דרויסנדע לינקס
- דער ארטיקל "ברכת לישב בסוכה", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- ברכת לישב בסוכה, אויף עולמות
- ברכת לישב בסוכה, הרב אליעזר מלמד, אין וועבזייטל פניני הלכה
- ברכה אויפן זיצן אין סוכה, אין וועבזייטל פון ישיבת ברכת משה
נאטיצן
- ↑ ריטב"א ברענגט נאך צוויי שיטות: א) שכל עת שקובע עצמו לעשות בה אחד מדברים אלו, כמו אכילה, שינה, שינון וכיוצא בהן, הוי כהנחה דתפלין וחייב לברך אף על פי שלא יצא משם. ב) מברך בכל יום פעם אחת בשחרית, ומשמע שמברך ברכה זו בין יצא באמצע בין לא יצא. ועיין של"ה מס' סוכה נר מצוה ו.
- ↑ פון תוספות, סוכה מה, ב, ד"ה אחד: "…כל אימת דנכנס לה כדי שיאכל וישתה וישן ואפילו עשר פעמים ביום מברך אכל אחת ואחת…" איז משמע אז אויך אויף שלאף מאכט מען, און ס'איז נישט קלאר אויב אויך אויף אכילת ארעי. לויט דער מגדל עוז און ר"י עייאש אין לחם יהודה (אויף דער רמב"ם דארט), לדעת התוס' אויך איינער וואס גייט אריין צו לערנען מאכט א ברכה, און נאר איינער וואס גייט אריין סתם זיך צו זוימען דארט מאכט נישט. טורי זהב, אורח חיים, סימן תרל"ט, סק"כ האלט אז דעת התוס' איז ווי דעת הרי"ף און רמב"ם אז מען מאכט אויך אויף שהייה. און אזוי איז משמע פון בית יוסף.
- ↑ און דאס וואס שינת ארעי איז מחויב בסוכה איז אלס די טעמים מבואר אין גמרא (סוכה כו, א) וויבאלד שמא תחטפנו שינה און ער וועט שלאפן א שינת קבע, אדער וויבאלד א מענטש באגענוגט זיך מיט א שינת ארעי.
רעפערענצן
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת ברכות, פרק ט', הלכה ג' (דפוס וילנא: דף ס"ו, עמוד א')
- ↑ מנחות מב, א
- ↑ טור, אורח חיים, סימן תרמ"א; שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרמ"א, סעיף א'
- ↑ סוכה מה, ב
- ↑ שבועות כה, א: אין אדם יכול לעמוד בלא שינה ג' ימים
- ↑ בעל המאור, סוף מסכת פסחים; תשובות הרא"ש ח"ג סימן רפ"ז. זעט אין מבוא צו מחזור המפורש זייט 32, וואו ער לערנט פשט אין רא"ש לויט
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי יוסף ענגיל, אתוון דאורייתא, כלל י"א אז סוכה איז א מצוה חיובית אלע זיבן טעג. - ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי יעקב עטלינגער, בנין ציון החדשות, סימן מ"ו - ↑ אין א תשובה, געברענגט אין רבינו מנוח הל' סוכה פ"ו ה"ט, רא"ש, טור, אורח חיים, סימן תרל"ט, און נאך: "מנהג ידוע הוא שהנכנס בחג לסוכת חברו לבקרו אף על פי שאינו שותה ואוכל בה חייב לברך לישב בסוכה".
- ↑ רי"ף סוכה כב, א: "ואסיקנא, דכל שעה שנכנס לישב בה מברך לישב בסוכה".
- ↑ הלכות סוכה פ"ו, הי"ב: "כל זמן שיכנס לישב בסוכה, כל שבעה, מברך קודם שישב: אשר קידשנו במצוותיו וציונו לישב בסוכה"
- ↑ 11.0 11.1 ריטב"א, סוכה מה, ב.
- ↑ מאירי, סוכה מו, א
- ↑ תוס' ר"י שירליאון ברכות יא, ב; געברענגט אין רא"ש און טור סי' תרל"ט בשמו
- ↑ 14.0 14.1 תוספות, ברכות יא, ב, ד"ה שכבר
- ↑ מרדכי, סוכה, תשסה
- ↑ שלטי הגיבורים ג
- ↑ אזוי אויך שרייבט ער רא"ש; זעט אליה רבה או"ח סימן רל"ט וואו ער שרייבט די חילוק פארוואס ביי המפיל איז מען נישט חושש אויף דעם
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרל"ט, סעיף ח': "נהגו שאין מברכין על הסוכה אלא בשעת אכילה".
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע פעולת צדיק א, סימן נט. - ↑ ביאור הגר"א; מעשה רב אות ריח
- ↑ ארחות רבינו ב, עמ' רכה
- ↑ משנה ברורה, סימן תרל"ט, סעיף קטן מ"ו
- ↑ אזוי איז די מסקנא פון משנה ברורה, סימן תרל"ט, סעיף קטן מ"ו (זעט שער הציון, פד)
- ↑ מאמר מרדכי תרלט, ג
- ↑ שערי תשובה ה
- ↑ משנה ברורה, סימן תרל"ט, סעיף קטן ט"ז
- ↑ בן איש חי האזינו ח
- ↑ שואל ונשאל חלק ג' סימן צ"ה און סימן קס"ה; חזון עובדיה עמ' קלו; יחוה דעת א, סה
- ↑ טורי זהב תרלט, כ; אליה רבה טו; שולחן שלמה יג; משנה ברורה, סימן תרל"ט, סעיף קטן מ"ח; חזון איש.
- ↑ חיי אדם קמז, טו "לכל הדעות" (משמע אויך לויט ר"ת), געברענגט אין משנה ברורה, סימן תרל"ט, סעיף קטן מ"ח. און אזוי פסק'ענען אז נדברו ט, מו; רבי שלמה זלמן אויערבאך ווי געברענגט אין הסוכה השלם (פסקים והערות כב).
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי מרדכי כרמי, מאמר מרדכי, ח; און אזוי האלט אויך דער מהרש"ם אין דעת תורה - ↑ זעט כף החיים צז
- ↑ ענליך שטייט אין ערוגת הבושם או"ח קצב, לגבי המבקר בסוכת חבירו. זעט אויך בסוכות תשבו י, 33, און הליכות שלמה ט, יב, הערה כו.
- ↑ חיי אדם קמז, כ; געברענגט אין משנה ברורה, סימן תרל"ט, סעיף קטן מ"ח
- ↑ שו"ת ערוגות הבושם או"ח קצב
- ↑ רבי יחיאל מיכל הלוי עפשטיין, ערוך השולחן, אורח חיים, סימן תרל"ט, סעיף כ"ח, און ס'איז משמע אכילה וואס איז מחייב בסוכה
- ↑ שולחן ערוך הרב, אורח חיים, סימן תרל"ט, סעיף ט"ו
- ↑ סעיף י"ג
- ↑ משנה ברורה, שער הציון, ס"ק צג; זעט אויך הליכות שלמה הערה כו
- ↑ רמ"א אויף שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרמ"ג, סעיף ב' און סעיף ג'. עלי הדס יא, ג.
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרמ"ג, סעיף ג'. בן איש חי האזינו ה'. כף החיים. יחווה דעת חלק ה', סימן מ"ז.
- ↑ משנה ברורה, סימן תרל"ט, סעיף קטן מ"ח
- ↑ יחווה דעת חלק ה', סימן מ"ח.
- ↑ 43.0 43.1 משנה ברורה, סימן תרל"ט, סעיף קטן מ"ז
- ↑ לויטן יעב"ץ און בכורי יעקב, אויב ער איז ארויס אויף א קליינע ווילע פון סוכה, טראץ וואס אין אלגעמיין מאכט ער נישט נאכן זיך צוריק קערן פון אזא ארויסגיין, ווען ער האלט אבער פארן אנפאנגען א נייע סעודת קבע , דארף ער מאכן. און לויטן דרך החיים און שולחן ערוך הרב אויך אין אזא אופן זאל ער נישט מאכן.
סוכות | ||
---|---|---|
טעג | יום טוב ראשון • חול המועד סוכות • הושענא רבא • שמיני עצרת • שמחת תורה | |
סוכה | סכך • עסן אין סוכה • שלאפן אין סוכה • לישב בסוכה • אושפיזין • מצטער פטור מן הסוכה • תשבו כעין תדורו • מעמיד • דופן עקומה • הלכות סוכה | |
ארבעה מינים | אתרוג, לולב, הדס און ערבה • הלכות ארבעת המינים • קיישעלע | |
מנהגים | הושענות • הקפות • חיבוט ערבה • זכר לשמחת בית השואבה • תיקון ליל הושענא רבא | |
מצוות בזמן בית המקדש |
מצוות ערבה במקדש • הקפת המזבח • ניסוך המים • שמחת בית השואבה • הקהל • שלמי שמחה | |
שמיני עצרת און שמחת תורה | תפילת גשם • וזאת הברכה • שמחת תורה פאן • הקפות פון שמחת תורה • הקפות שניות | |
תפילות און פיוטים | הושענות (כהושעת אלים) • פיוטי הגשם (אף ברי · זכור אב · שפעת רביבים) • מפי קל • סוכה ולולב לעם סגולה • משה אמת | |
פארשידנס | שמחת יום טוב • מסכת סוכה • סהרנה | |
קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.
קאטעגאריע:סוכות קאטעגאריע:הלכה קאטעגאריע:ברכות המצוות קאטעגאריע:הלכות חג הסוכות