רב הונא בריה דרב נחמן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רב הונא בריה דרב נחמן
וואוין אָרט סיכרא, בבל
השתייכות פערטער דור פון בבלי'שער אמוראים
בני דורו רבא און רב הונא בר חיננא

רב הונא בריה דרב נחמן איז געווען אן אמורא אינעם פערטן דור פון בבלי'שער אמוראים. ער איז געווען א זון פון רב נחמן[1] און זיין פרוי ילתא, וואס אלע זייערע קינדער זענען געווען באוואוסט אלס תלמידי חכמים אין די צייט פון די אמוראים.

רב הונא האט געוואוינט אין סיכרא, וואס איז אין געגנט פון מחוזא. ער ווערט ווייניג מאל דערמאנט אין ש"ס[2].

ער איז געווען א חבר פון רב הונא בר חיננא, דער ראש ישיבה אין זיין שטאט, וואס צוזאמען האבן זיי זיך אויך געדינגען מיט רבא, דער ראש ישיבה פון מחוזא[3]. רב הונא איז דערנאך אראפגעפארן צו רבא אין מחוזא, און רבא האט מודה געווען צו אים[4].

איידעם פון רב פפא

אין גמרא ווערט פארציילט אז רב פפא האט גענומען רב הונא בריה דרב נחמן פאר אן איידעם, נאך וואס ער האט אים פארענטפערט א ספק וואס פריערע אמוראים האבן נישט געהאט דערויף קיין תשובה[5]. לויט טייל איז דער רעדע פונעם זון פון דעם זעלבן אמורא[6]. אבער די אנגענומענע מיינונג איז אז דאס שטימט נישט מיט די יארן וויבאלד רב פפא איז געווען אינעם פינפטן דור פון אמוראים, א תלמיד פון רבא וועלכער איז געווען א תלמיד פון רב נחמן. פארהאן וואס טוישן דעריבער די גירסא צו "הונא מר בריה דרב נחמיה"[7].

נאך א פארשלאג איז אז עס זענען געווען צוויי רב הונא בריה דרב נחמן[8], און רב פפא האט גענומען פאר אן איידעם דעם צווייטן וועלכער איז געווען א זון פון רב נחמן בר יצחק[9].

אויף געציילטע פלעצער ווערט דערמאנט "הון בריה דרב נחמן", וואו ער פרעגט שאלות פון זיין פאטער רב נחמן[10]. עס ווערט שפעקולירט אז הון איז א קיצור פאר "הונא" און באציט זיך צום זעלבן זון פון רב נחמן[11].

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. חולין מט, ב
  2. בבא מציעא מז, א; חולין מט, ב; בכורות נד, ב; און אין ילקוט שמעוני, ויקרא, רמז תר"פ
  3. עבודה זרה נז, ב
  4. לויט די גירסא פון רש"י. תוספות, עבודה זרה נח, א, ד"ה איקלע לערנט אנדערש.
  5. הוריות יב, ב

  6. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי דוד אופנהיים, שם דוד, על התורה
  7. שערי תורת בבל, עמוד 381; רבי אהרן היימאן, "רב הונא בריה דרב נחמן", תולדות תנאים ואמוראים, לאנדאן תר"ע; און אזוי ווערט געברענגט אין
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    דקדוקי סופרים, בבא מציעא מז, א. אין כתב יד מינכן איז די גירסא "רב חנין בריה דרב נחמן".
  8. שערי תורת בבל, עמוד 376
  9. מנחת יהודה אויף הוריות יב,ב
  10. יבמות לד, ב, און דארט יבמות קיב, א
  11. שערי תורת בבל, עמוד 376. ער מערקט דארט אן אז דאס איז געווען אפצוטיילן צווישן אים און דער אנדערער, שפעטערער, הונא בריה דרב נחמן.