זחג יאר
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
א זחג יאר איז איין פון פערצן סארטן יארן אין דער באשטימטער אידישער לוח. א זחג יאר הייבט זיך אין שבת (ז), איז חסרה (ח) - חשון און כסלו פארמאגן ביידע 29 טעג, און פסח הייבט זיך אן דינסטאג (ג). אזא סארט יאר איז אן עיבור יאר (מיט צוויי אדרים), און איז לאנג 383 טעג, וואס אין זיי 55 שבתים.
א זחג יאר קומט אויס ווען דער מולד פון חודש תשרי פון עיבור יאר פאלט אויס צווישן דאנערשטאג, 18 שעה אין טאג, און פרייטאג, 20 שעה און 491 חלקים[1], וואס באטרעפט ארום 5.8% פון אלע יארן[2]. דער פאריגער יאר איז אלעמאל פון סארט בשה.
צווישן די יארן ה'ת"ש-ה'תת"ן געפאלט דער קביעות אין די יארן: ה'תש"ג, ה'תש"ו, ה'תש"ל, ה'תשל"ג, ה'תשנ"ז, ה'תשפ"ד, ה'תת"א, ה'תתכ"ח, ה'תתל"א.