פרייטאג

פון המכלול
זעקסטער טאג פון וואך, צווישן דאנערשטאג און שבת
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פרייטאג איז דער זעקסטער טאג אין וואך, ציילנדיג צו שבת. עס ווערט כאראקטעריזירט ביי אידן אלס ערב שבת, ווען מען איז פארנומען מיט צוגרייטונגען צום שבת.

אין טייל לענדער (און לויט ISO-8601) ווערט עס פאררעכנט אלס דער פינפטער טאג פון וואך, אנהייבנדיג פון מאנטאג. אין דער פערסישער קאלענדאר ציילן זיך די טעג אנגעהויבן פון שבת, וועלכער איז טאג 0; פרייטאג איז אלזא דער זיבעטער טאג אין רייע, אבער הייסט "טאג זעקס".

דער טאג ענדיגט דער וואך פון ארבעט אין דער מערב וועלט, און הייבט אן דעם וויקענד אין מדינת ישראל און אין טייל איסלאמישע לענדער.

נאמען

לויט די אסטראלאגיע פון די "שבעה כוכבי לכת", (שבתאי, צדק, מאדים, חמה, נוגה, כוכב, לבנה), איז יעדע שעה אין טאג באשטימט פאר אן אנדערן פון די כוכבים. דורכאויס דער ערשטער און צווייטער יארהונדערט איז געווארן פארשפרייט אין רוים דער פירונג, פון העלענישע און עגיפטישע ווארצלען, צו רופן די טעג פון וואך לויט דער כוכב וואס הערשט אין דער ערשטער שעה אינדערפרי פון יענעם טאג. דער זעקסטער טאג אין וואך, אין וועלכן פרימארגן עס הערשט נוגה[1], איז אלזא גערופן געווארן "דער טאג פון ווענוס" (לאטייניש: dies Veneris).

ווענוס איז געווען געדינט אלס אפגאט אין רוים, אן אפגאט וואס די פארשידענע גערמאנישע שבטים האבן אידענטיפיצירט מיט זייער אפגאט Frig אדער Freyja. דערפון האבן זיך גענומען די פארשידענע וואריאציעס פונעם נאמען פון דעם טאג אין די גערמאנישע שפראכן[2].

אין אידישקייט

ווי פארציילט אין אנהייב ספר בראשית, האט השי"ת אין דעם טאג באשאפן די בעלי חיים פון דער ערד און דער מענטש:

וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים, תּוֹצֵא הָאָרֶץ נֶפֶשׁ חַיָּה לְמִינָהּ, בְּהֵמָה וָרֶמֶשׂ וְחַיְתוֹ-אֶרֶץ, לְמִינָהּ; וַיְהִי-כֵן. וַיַּעַשׂ אֱלֹקִים אֶת-חַיַּת הָאָרֶץ לְמִינָהּ, וְאֶת-הַבְּהֵמָה לְמִינָהּ, וְאֵת כָּל-רֶמֶשׂ הָאֲדָמָה, לְמִינֵהוּ; וַיַּרְא אֱלֹקִים, כִּי-טוֹב. וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים, נַעֲשֶׂה אָדָם בְּצַלְמֵנוּ כִּדְמוּתֵנוּ; וְיִרְדּוּ בִדְגַת הַיָּם וּבְעוֹף הַשָּׁמַיִם, וּבַבְּהֵמָה וּבְכָל-הָאָרֶץ, וּבְכָל-הָרֶמֶשׂ, הָרֹמֵשׂ עַל-הָאָרֶץ. וַיִּבְרָא אֱלֹקִים אֶת-הָאָדָם בְּצַלְמוֹ, בְּצֶלֶם אֱלֹקִים בָּרָא אֹתוֹ: זָכָר וּנְקֵבָה, בָּרָא אֹתָם. וַיְבָרֶךְ אֹתָם, אֱלֹקִים, וַיֹּאמֶר לָהֶם אֱלֹקִים פְּרוּ וּרְבוּ וּמִלְאוּ אֶת-הָאָרֶץ, וְכִבְשֻׁהָ; וּרְדוּ בִּדְגַת הַיָּם, וּבְעוֹף הַשָּׁמַיִם, וּבְכָל-חַיָּה, הָרֹמֶשֶׂת עַל-הָאָרֶץ. כט וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים, הִנֵּה נָתַתִּי לָכֶם אֶת-כָּל-עֵשֶׂב זֹרֵעַ זֶרַע אֲשֶׁר עַל-פְּנֵי כָל-הָאָרֶץ, וְאֶת-כָּל-הָעֵץ אֲשֶׁר-בּוֹ פְרִי-עֵץ, זֹרֵעַ זָרַע: לָכֶם יִהְיֶה, לְאָכְלָה. וּלְכָל-חַיַּת הָאָרֶץ וּלְכָל-עוֹף הַשָּׁמַיִם וּלְכֹל רוֹמֵשׂ עַל-הָאָרֶץ, אֲשֶׁר-בּוֹ נֶפֶשׁ חַיָּה, אֶת-כָּל-יֶרֶק עֵשֶׂב, לְאָכְלָה; וַיְהִי-כֵן. וַיַּרְא אֱלֹקִים אֶת-כָּל-אֲשֶׁר עָשָׂה, וְהִנֵּה-טוֹב מְאֹד; וַיְהִי-עֶרֶב וַיְהִי-בֹקֶר, יוֹם הַשִּׁשִּׁי.

בשעת מען האט מקריב געווען דעם קרבן תמיד אין בית המקדש פלעגן די לויים זינגען דעם קאפיטל ה' מלך גאות לבש[3], צוגעפאסט צום טאג אין וועלכע השי"ת האט געענדיגט זיין ווערק און געקעניגט איבער אלע[4]. מען פירט זיך צו זאגן דעם קאפיטל אלס שיר של יום, ביים סוף פון שחרית[5].

די אידן וועלכע זענען געווען פון די מעמדות ווען דער בית המקדש איז געשטאנען פלעגן נישט פאסטן אין דעם טאג, אנדערש ווי רוב טעג אין דער וואך, צוליבן כבוד פון שבת[6].

פרייטאג איז קעגן אהרן הכהן[7], און קעגן צללפונית די מאמע פון שמשון הגיבור[8].

אין דער באשטימטער אידישער לוח, קען זיך נישט אנהייבן דער יאר אין א פרייטאג, און אויב דער מולד פון תשרי געפאלט אין דעם טאג ווערט ראש השנה באשטימט אויף שבת[9]. לויט טייל מקורות איז שוין דער כלל שוין אנגעגאנגען איידער דער לוח איז געווארן באשטימט על פי חשבון[10], און עס איז א תקנה פון תנאים[11] אדער הלכה למשה מסיני[12]. אויך פסח קען זיך נישט אנהייבן אין א פרייטאג, וויבאלד עס זענען פארהאן 163 טעג צווישן פסח און ראש השנה וואס וועט אלזא דארפן אויספאלן אין זונטאג[13].

אין דער לוח פון די לכאורה-איסיים פון קומראן איז יום כיפור אלעמאל געפאלן אין פרייטאג, כדי שבת זאל זיין באלד דערנאך[14]. דאס איז פארקערט ווי אין דער אנגענומענער אידישער לוח, וואו יום כיפור און שבת זענען דירעקט אפגעטיילט[15].

אין אלגעמיינע קולטורן

פרייטאג איז "פארהייליגט" אין איסלאם, און די מוסולמענער נעמען זיך צוזאמען אין זייערע געבעט הייזער. עס איז אויך דער אנגענומענער הויפט רוה טאג פון וואך אין איסלאמישע לענדער.

ביי די קריסטן איז פרייטאג דער טאג ווען אותו האיש איז געהאנגען געווארן. די קאטאליקן באצייכענען דעם טאג מיט פירונגען פון טרויער, ווי נישט עסן פלייש, מילכיגס און אלקאהאל.

אסאך ארבעט פלעצער אין מדינת ישראל זענען פארמאכט אין פרייטאג. ביי די פלעצער וועלכע ארבעטן זעקס טעג אין וואך, איז פרייטאג א פארקורצטע ארבעט-טאג.

א שטודיע פון ניו יארק סיטי צייגט אז גרויסע שניי-שטורעמען פאסירן אין פרייטאג מער ווי אין אנדערע טעג פון דער וואך[16].

פרייטאג ווערט באטראכט א אומ'מזל'דיגע טאג אין טייל קולטורן, איבערהויפט צווישן מאטראזן, וואו עס ווערט געגלייבט אז עס איז געפארפול אנצוהייבן א רייזע איבערן ים אין פרייטאג[17][18]. די פאביע איז פילפאכיג שטערקער ווען פרייטאג געפאלט דער דרייצנטער טאג פון מאנאט[19].

לויט די FBI, ווערן ארום 20% פון באנק רויבן אויסגעפירט אין פרייטאג, מער ווי אין אנדערע טעג[20][21].

אין די פאראייניגטע קעניגרייך, איז פרייטאג דער מערסט-פאפולערע טאג אין וואך ווען זיך צו אריבערציען א דירה[22].

אין פרייטאג זענען עירליין טיקעטס די טייערסטע, דורכשניטליך[23].

אין 2015 איז אנגענומען געווארן ארויסצוגעבן אלבומען אין פרייטאג[24].

דער פרייטאג נאך טענקסגיווינג הייבט אן דעם ווינטערדיגן "שאפינג סעזאן" אין די פאראייניגטע שטאטן, א טאג באקאנט אלס "בלעק פריידעי" (העב').

רעפערענצן

  1. זעט אויך ברכות נט, ב און רש"י דיבור המתחיל שבתאי
  2. "Friday". Online Etymology Dictionary.
  3. משנה, תמיד ז, ד
  4. ראש השנה לא, א
  5. טור, אורח חיים, סימן קל"ג
  6. תענית כז, ב
  7. תוספת זוהר, שמות דף רע"ז
  8. אגדת בראשית, פרק נ"ב
  9. משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ז', הלכה א'
  10. זעט רש"י, סנהדרין יג, ב, ד"ה וליעברה און רש"י, ראש השנה יט, ב, ד"ה והא
  11. שכל טוב, בראשית יז, יד; אגרת בן מאיר, אין: זכרון לראשונים, חלק חמישי עמוד רט"ז.
  12. רב סעדיה גאון, געברענגט אין ספר העיבור, מאמר שני שער שמיני; רבינו חננאל, שבת קטו, א.

  13. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רב יהודאי גאון, הלכות פסוקות, הלכות מועד עמ' קפז, מהדורת חברת מקיצי נרדמים, ירושלים, תשי"א
  14. שמריהו טלמון, לוח השנה של בני עדת היחד (עמוד 107), קדמוניות, כרך ל', חוברת 2 (ה'תשנ"ח - 1997)
  15. ראש השנה כ, א
  16. Rob Frydlewicz. "Biggest Snowstorms by Day of the Week". 
  17. Bassett, Fletcher S. (1885), Legends and Superstitions of the Sea and of Sailors in All Lands and at All Times, S. Low, Marston, Searle, & Rivington, ISBN 0-548-22818-3
  18. Vigor, John (2004), The Practical Encyclopedia of Boating, McGraw-Hill Professional, ISBN 0-07-137885-5
  19. John Roach (2014-05-14). "Friday the 13th Superstitions Rooted in Bible and More". National Geographic Society. Retrieved 2023-05-03.
  20. "What Day of the Week Is Most Popular for a Bank Robbery?", HistoricalIndex. 
  21. "Friday most popular day for bank robberies", Reuters. 
  22. "Best days to move house in the UK", HomeOwners Alliance. 
  23. Jacob Wade. "Don’t Buy Airline Tickets on Fridays – Here’s Why". 
  24. "Industry Sets Friday as Global Record Release Day" (אויף en), Billboard.com. 


קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען

פידבעק בלאט
פידבעק אויפן ארטיקל