דרעפט:רב נחמן

פון המכלול
ווערסיע פון 14:21, 3 סעפטעמבער 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (רביס)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רב נחמן בר יעקב איז געווען פון די גרויסע אמוראים און מורי הלכה און דער צווייטער און דריטער דור פון די בבלי'שע אמוראים, און איז געווען דער רבי פון רבא. ווען עס שטייט אין גמרא סתם "רב נחמן" מיינט דאס אים[1].

יוגנט

ער איז געבוירן אין נהרדעא, דארט האט זיין פאטער געדינט אלס שרייבער פון די דיינים אינעם בית דין פון שמואל, און מ'טרעפט אז רב נחמן האט מעיד געווען אין זיין עלטער אויף וואס ער האט געזען דארט אינעם בית דין ווען ער איז געווען זעקס אדער זיבן יאר[2].

אין זיין יוגנט האט רב נחמן מקבל געווען תורה פון שמואל[3]. אומגעפער פינף יאר נאך שמואל'ס פטירה איז דער שטאט נהרדעא חרוב געווארן דורך די סאלדאטן פון פפא בן נצר, וואס האט געוועלטיגט אינעם געגנט פון תדמור (היינט סיריע). רבה בר אבוה (תלמיד פון רב), וואס האט ביז דאן געוואוינט אין נהרדעא, האט פארלאזט דעם שטאט און איז אריבער וואוינען קודם אין שכנציב, דערנאך אין שלחי, און צום סוף האט ער זיך באזעצט אין מחוזא, וואו ער איז געווארן א ראש ישיבה און דער גייסטישער פירער פון די אידן פון שטאט[4]. אויך רב נחמן, וואס איז דאן געווען אין זיינע יוגנט יארן, האט פארלאזט נהרדעא און זיך באזעצט קודם אין שלחי און דערנאך אין מחוזא, און דארט איז ער געווארן א תלמיד מובהק פון רבה בר אבוה[5]. דער אריינפיר "אמר רב נחמן, אמר רבה בר אבוה…" ערשיינט אין תלמוד העכער הונדערט מאל!

תפקידים

נאך דער פטירה פון פון רבה בר אבוה, האט רב נחמן אים ממלא מקום געווען אלס ראש ישיבה און אלס מנהיג רוחני פון מחוזא'ס אידן[6]. ווען דער שטאט נהרדעא איז ווידער אויפגעבויט געווארן פון איר חורבן, האט זיך רב נחמן צוריקגעקערט אהין צוזאמען מיט זיינע תלמידים און איז געווארן דער פירער פון די אידן פון שטאט, און איז באשטימט געווארן אלס דיין דורך ריש גלותא און דער ראש ישיבה[7].

רב נחמן איז געווארן באוואוסט אלס גרויסער בקי אין דיני ממונות, ווי ער האט אליינס מעיד געווען אויף זיך "כגון אני דן דיני ממונות ביחיד"[8], און אויך רב הונא, וואס איז געווען דער גדול הדור, האט פארגליכן דאס בקיאות פון רב נחמן אין דעם תחום צו דאס פון שמואל[9]. און צוליב דעם איז דער הלכה ווי רב נחמם אין דיני ממונות דארט וואו ער קריגט מיט אנדערע אמוראים[10]. אזוי אויך איז רב נחמן פאררעכנט געווארן ווי א "חכם" וואס מעג מתיר זיין א נדר ביחיד[11].

פאמיליע

דער טאטע פון רב נחמן איז געווען א תלמיד חכם, און מ'טרעפט אז רב נחמן האט איבערגעגעבן בשמו עטליכע הלכות[12]. דער ווייב פון רב נחמן, יַלְתָּא, איז געווען פון די משפחה פון דער ריש גלותא[13], און עטליכע פון זיינע זין ווערן דערמאנט אין תלמוד: הון בריה דרב נחמן[14], מר זוטרא בריה דרב נחמן[15], רב חייא בריה דרב נחמן[16], רב פפא בריה דרב נחמן[17], און רבה בריה דרב נחמן[18]. רב נחמן האט געהאט אויך טעכטער, וואס איינע פון זיי האט געהייסן "דונג"[19], און צוויי פון זיי זענען נישט געגאנגען אויפ'ן גראדן וועגן[20].

רביס

רב נחמן איז געווען, ווי געזאגט, א תלמיד מובהק פון רבה בר אבוה. אין יענע תקופה איז דער וויכטיגסטער תורה צענטער אין בבל געווען אין סורא, אונטער די פירערשאפט פון רב הונא, און צו אים האבן זיך געוואנדן אלע גדולי ישראל, און צווישן זיי רב נחמן, כדי צו דן זיין אין פארשידענע הלכות און צו הערן זיין הכרעה, און דעריבער געפינט מען פיל מאל אז רב נחמן איז אנגעקומען קיין סורא[21]. כאטש רב נחמן איז געווען פיל אינגער ווי רב הונא (ווייל רב הונא איז דאך געווען פון די גרויסע תלמידים פון רב און שמואל און רב נחמן, ווידער, איז געווען רב'ס תלמיד'ס א תלמידאון האט געלערנט ביי שמואל נאר אין זיין יוגנט), פונדעסטוועגן, אין די לעצטע יארן פון רב הונא'ס לענגערע דינונג אלס ראש ישיבה (וואס ער האט געקעניגט פערציג יאר), איז שוין רב נחמן אנגעקומען צו די עלטערע יארן, און רב הונא האט אים פאררעכנט ווי א חבר. און מ'טרעפט טאקע אז רב נחמן באציט זיך צו רב הונא ווי "הונא חברנו"[22], אדער נאר "הונא"[23]. רב נחמן'ס חוות מיינונג האט געטראגן אסאך וואָג, און פיל מאל האבן די חכמים אים געבעטן צו מכריע זיין אין פארשידענע עניינים אין וואס זיי האבן זיך געקריגט[24].

רעפערענצן