רוי:רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן

פון המכלול
ווערסיע פון 18:01, 27 אויגוסט 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ריע:אמעריקאנער רבנים]]" ב־"ריע:אמעריקאנער רבנים|װ]]")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן
געבורט ה'תרפ"ו
טויט כ"א כסלו, ה'תשפ"א
טעטיקייט ארט ניו יארק סיטי

רבי ישראל חיים מנשה פרידמאַן (ה'תרפ"וכ"א כסלו, ה'תשפ"א) איז געווען דער ראש בית דין פון סאטמאר וויליאמסבורג. ער איז א אייניקל פון הרב ישראל חיים פרידמאן דער ראחובער רב מח"ס ליקוטי מהרי"ח.

ביאגראפיע

רבי ישראל חיים מנשה איז געבוירן געווארן צו רבי יעקב צבי פרידמאן און זיין ווייב ביילא.

ער איז געווען א מגיד שיעור אין דער סיגוטער ישיבה אונטער רבי משה טייטלבוים, דער שפעטערדיגער סאטמארער רבי. און מיט די שתדלנות פון דער ברך משה איז ער געווארן אויפגענומען אלץ דיין אין סאטמאר בארא פארק, אין יאר ה'תשל"ד איז ער געווארן דיין אין סאטמאר, וויליאמסבורג.

הרב ישראל חיים מנשה פרידמאן איז אן אויסטערלישער תלמיד חכם און ירא ה', ער האט הונדערטער און טויזנטער אידן וואס זענען גרייט צו פאלגן זיין פסק דין, ער איז אנגענומען אלס א גרויסער פוסק.

ביי דעם סאטמארער מחלוקת איז רבי ישראל חיים מנשה געגאנגען אונטער רבי זלמן לייב טייטלבוים, אין די שפעטערע יארן האט ער באקומען רשות פון די ברך משה זי'ע צו עפענען אן אייגענעם בית המדרש אין וויליאמסבורג אויף ראסס סטריט, וואו הונדערטער אידן פלעגן דאווענען און ווארימען זיך ביי אים, ווען דער גאב"ד פון עדה החרדית הרב ישראל משה דושינסקי איז נסתלק געווארן, האבן די חסידים פון רבי זלמן לייב געוואלט ער זאל ווערן דער ראש בית דין אין עדה החרדית אין ירושלים.

אין יאר תשס"ג ווען די סאטמארער קהילה האט געגרינדעט אן אייגענעם בית דין איז דער דיין אויפגענומען אלס ראש בית דין א פאזיציע וואס ער האט געהאלטן ביז זיין לעצטן טאג.

ער איז געווען דער רבי מובהק פון רבי זלמן לייב טייטלבוים סאטמארער רבי און אויך פון רבי אהרן טייטלבוים, סאטמארער קרית יואל'ע רבי, און ביי זיין הכתרה אלס אב"ד קרית יואל האט ער זיך אויסגעדריקט אויף אים מיט גאר גרויסע הפלגות, עד יומו האחרון איז ער געבליבן מיט א אהבה צו זיין חשובן תלמיד.

ווידעראום מיט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהרי"י האט ער זיך געהאלטן גאר נאנט, און מען האט נישט געדארפט קיין ווערטער פאר דעם, זיי האבן געארבעט האנט ביי האנט, מיט אלע קהילה ענינים, ער איז נפטר געווארן מאנטאג, וישב, כ"א כסלו, ה'תשפ"א, אין עלטער פון 94 יאר.

די לוויה איז פארגעקומען אין סאטמארער ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג, דערנאך אין קרית יואל אין ביהמ"ד הגדול בראשות כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט'א און ער איז געקומען לקבורה אין בית החיים החדש דקהל יטב לב אין קרית יואל.

רבי אהרן פון סאטמאר קרית יואל האט געזאגט אויף אים א גאר שטארקן הספד ביי זיך אין ישיבה, און ער האט זיך ארויסגעדריקט *הלכה כמותו בכל מקום*.

משפחה

די קינדער פון רבי ישראל חיים מנשה זענען:

  • הגה"צ רבי יעקב הערש שליט"א
  • הגה"צ רבי אריה לייבוש, דיין פון סאטמאר אין וויליאמבסבורג
  • הגה"צ רבי ברוך אברהם, סאטמארער דיין אין העריסאן, וויליאמסבורג.[1]
  • הגה"צ רבי ירמי', דיין פון שאפראן אין וויליאמסבורג
  • הרה"ג רבי מענדל וואלף
  • הרה"ג רבי שלמה
  • לינקס

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!