רוי:רבי צבי אלימלך שפירא
רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל (ה'תקמ"ג - י"ח טבת ה'תר"א), רב אין דינאוו, דער בני יששכר.
אפשטאם
רבי הערש מיילעך איז געבוירן אין יאר ה'תקמ"ג (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב פסח לאנגזאם, פון יאווארניק, אן אייניקל, פון רבי שמשון אסטראפאלער, און צו זיין מוטער[1] א ניכטע פון רבי אלימלך פון ליזשענסק. רבי פסח איז געווען א מלמד פון קינדער און געהאנדלט מיט ספירט, מ'האט אים גערופן רבי פסח יאווארניקער.
עס ווערט דערציילט אז דער צדיק רבי אלימלך האט געזאגט פאר דער מוטער פון בני יששכר אז ווען איר קינד וועט געבוירן ווערן זאל זי אים רופן מיט נאמען אלימלך אזוי ווי ער הייסט, די מוטער האט אבער געהאט מורא אז דאס מיינט אז רבי אלימלך וועט נישט לעבן און דעריבער הייסט ער געבן נאך אים א נאמען דעריבער ווען ער איז געבוירן האט זי אים גערופען "צבי אלימלך", ווען זי איז שפעטער געקומען און דאס פארציילט פאר רבי אלימלך האט ער געזאגט: "א הירש איז נישט קיין מלך" דעריבער וועט ער זיין א האלבער אלימלך.
רבנות
רבי הערש מיילעך איז געווען רב אין צען פארשידענע שטעט, ער האט איטליכע פאָר יאר געטוישט זיין ארט. ווען ער האט זיך דערוואוסט ס'איז פריי געווארן א רבנות האט ער קאנדאדירט פאר דעם רבנות. ווען ער איז אויפגענומען געווארן, האט ער אריין געשטעלט דיינים, פארראכטען וואס ס'האט אויסגעפעלט, און ווייטער געזוכט א פריש רבנות. אין יאר ה'תקנ"ט אין עלטער פון זעכצן יאר, איז ער שוין געווען דיין אין דינאוו, אין בית דין פון רבי יהושע רב אין דינאוו. אין יאר ה'תק"ע איז ער שוין געווען אין ריבאטוטש, דאן איז ער געווען אין סטריזשעוו, לאנצהוט, קאלאמיי, האלאשיץ, בערטש, דזשילבערץ, דובעצק, אין יאר ה'תקפ"ה איז ער געווארן רב אין מונקאטש . נאכהער איז ער געווען צוריק אין דינאוו אלס רב.
הסתלקות
רבי הערש מיילעך איז נפטר געווארן י"ח טבת ה'תר"א, אין עלטער פון זיבן און פופציג יאר.
פאמיליע
רבי הערש מיילעך האט יונגערהייט געהייראט מרת חנה מינדל א טאכטער פון הרב שמואל פון טשיטש, זייערע קינדער:
- מרת ביילא, בזיווג ראשון די ווייב פון הרב נחמיה, א זון פון הרב צבי, בזיווג שני די ווייב פון הרב שמעון ישעיה רייך, רב אין ריבאטוטש.
- הרב יוסף בנימין רייך, רב אין העליטש.
- הרב דויד שפירא (ה'תקס"ד - י"ט אדר ה'תרל"ד), רב אין דינאוו, מחבר פון "צמח דוד"[2]
- הרב אלעזר שפירא (ה'תקס"ח - י"ב אלול ה'תרכ"ה), רב אין לאנצהוט, מחבר פון "יודעי בינה"
- הרב שמואל שפירא (ה'תק"ע (אומגעפער) - ה'תר"כ (אומגעפער) ), פון פרעמישלא
- מרת שרה (ה'תקס"ז - כ"ד אייר ה'תרל"ח), די ווייב פון רבי משה שעהנפעלד (ה'תק"ע - כ"ז חשוון ה'תרמ"ג), פון מעזילאבריץ.
- מרת רבקה, די ווייב פון הרב יעקב אורי בזיווג ראשון, רב אין טארקע.
זיינע ספרים
- אגרא דכלה - על התורה
- אגרא דפרקא - שנ"ב ענינים
- אזהרות מהרצ"א - מוסר
- בני יששכר - שבת, מועדים, חדשי השנה
- ברכה משולשת - משניות
- דברים נחמדים - משניות
- דרך עדותיך - פירוש על ספר יהושע
- דרך פקודיך - על תרי"ג מצוות
- הגהות מהרצ"א - פי' הר"א מגרמיזא
- הגהות והוספות מהרצ"א - ספר סור מרע ועשה טוב
- הלכות ותקנות - תבורת תלמוד תורה
- והיה ברכה - משניות, תוספתא ברכות
- חדושי בני יששכר - על הש"ס
- חדושי מהרצ"א - הלכות חנוכה
- טעמי המצות
- כלי הרואים - פירוש על ספר עובדיה
- לקוטי מהרצ"א
- מגיד תעלומה - מסכת ברכות
- מעין גנים - אור החיים - השקפה
- נחל אמונים - חכמת הנפש
- סדר הקרבנות - לי"ג מדות
- רגל ישרה - קבלה
- ריח דודאים - מסכת מגילה
- תקנות תמכין דאורייתא - תקנות מונקאטש
זעט אויך
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ↑ א.ל.ג. ברענגט אז זי האט געהייסן איטה בת עלקא, אבער פון די ווערטער פון בלאזשאווער רב ווייזט אויס אז זי האט געהייסן רחל מינא
- ↑ מנשה אונגאר, ספר קדושים, עמ' 69
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!