רוי:היפ האפ

פון המכלול
ווערסיע פון 15:20, 18 מאי 2022 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

היפ האפ מוזיק איז א סטיל פון מוזיק וואס האט אנגעהויבן ביי די אפריקאנער-אמעריקאנער און לאטינא-אמעריקאנער געמיינדעס אין די גרויסע שטעט פון די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, ספעציעל אינעם בראנקס בארא אין ניו יארק סיטי אין די 1970ער יארן. היפ האפ ניצט פויק־קלאפן פון א פויק־מאשין צוזאמען מיט א סטיל פון זינגען וואס ווערט גערופן ראפ. אין ראפ טוט דער זינגער זאגן ווערטער מיט א ריטעם און גראמען. די היפ האפ קולטור איז נישט נאר די מוזיק נאר אויך די מאדע פון טראגן קליידער ווי למשל לויזע הויזן, לעדערנע ארבעט שטיוול און גרויסע העמדער.

די אלטשולע היפ האפ האט זיך אנטוויקלט אין די יארן 1979-1984; נאך דעם האט אנגעהויבן ניישולע היפ האפ וואס ניצט אויך עלעקטראנישע מוזיקן.