רוי:היפ האפ

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

היפ האפ מוזיק איז א סטיל פון מוזיק וואס האט אנגעהויבן ביי די אפריקאנער-אמעריקאנער און לאטינא-אמעריקאנער געמיינדעס אין די גרויסע שטעט פון די פאראייניגטע שטאטן, ספעציעל אינעם בראנקס בארא אין ניו יארק סיטי אין די 1970ער יארן. היפ האפ ניצט פויק־קלאפן פון א פויק־מאשין צוזאמען מיט א סטיל פון זינגען וואס ווערט גערופן ראפ. אין ראפ טוט דער זינגער זאגן ווערטער מיט א ריטעם און גראמען. די היפ האפ קולטור איז נישט נאר די מוזיק נאר אויך די מאדע פון טראגן קליידער ווי למשל לויזע הויזן, לעדערנע ארבעט שטיוול און גרויסע העמדער.

די אלטשולע היפ האפ האט זיך אנטוויקלט אין די יארן 1979-1984; נאך דעם האט אנגעהויבן ניישולע היפ האפ וואס ניצט אויך עלעקטראנישע מוזיקן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!