רוי:רבי יוסף מאיר טווערסקי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דער רבי רבי יוסף מאיר'ל טווערסקי פון מאכניווקא איז געווען דער עלטסטער זון ביים רבי'ן רבי אברהם יהושע העשיל טווערסקי פון סקווירא, דער עלטסטער זון פון רבי'ן איציקל, כאטש מאיזה סיבה שיהיה האט ער נישט ממלא מקום געווען אין סקווירא, דאך אבער איז ער פאררעכנט געווארן פון צווישן די שענסטע רבי'ס אין דער טשערנאבילער גזע, איבערהויפט האט ער זיך זייער שטארק נאנט געהאלטן מיט זיין פעטער דעם רבי'ן רבי דוד'ל זי"ע און איז פאר אים געווען שטארק נכנע, ער האט געפירט זייער א שארפע פירערשאפט.

ר' יוסף מאיר'ל האט געהאט פיר טעכטער, אבער זיינע זין זענען אוועק יונגערהייט. ווען זיין טאכטער איז געווארן א כלה ביי (זיין פעטער) ר' דוד'ל סקווערער, האט אים ר' דוד געזאגט: מיין אנדער מחותן (ר' יעקב לייב פון טריסק) האט אויך נישט געהאט קיין זין איידער ער איז געווארן מיין מחותן. אויך דיר געב איך מיין ברכה אז דו זאלסט זוכה זיין צו א זון. זיין ברכה איז מקויים געווארן כ"ד אדר ה'תרנ"ה מיטן געבורט פון ר' אברהם יהושע העשיל. נאכדעם האבן די חסידים פון ר' יוסף מאיר פארזאמלט פאר'ן ארון הקודש און צוגעזאגט אז דאס קינד וועט ווערן מאכניווקער רבי, אלס סגולה פאר אריכות ימים.

זיין זון אברהם יהושע העשיל האט באקומען סמיכה נאך פון רבי'ן רבי דוד'ל, ער האט אסאך יארן געוואוינט אונטער דער קאמוניסטישער רעזשים און איז שפעטער ארויס געפארן קיין ארץ ישראל ווי ער האט געוואוינט אין בני ברק.

רבי שמואל יצחק קארף פון זוועהיל-באסטאן (א זון פון רבי יעקב ישראל) איז געווען זיין איידעם.[1]

נאך זיין פטירה האט אים איבערגענומען זיין פלומעניק דער יושע'לע רוקח וועלכע פירט היינט צוטאגס אן מיט דער מאכניווקא-בעלזער הנהגה,

רעפערענצן

  1. יצחק אלפסי. החסידות מדור לדור. p. 116.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!