רוי:רבי אריה לייביש טייטלבוים (קרעשוב)

פון המכלול
ווערסיע פון 21:40, 4 מאי 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "רבי [[" ב־"[[רבי ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אריה לייביש טייטלבוים זצ"ל (ה'ת"ר - י"ז אלול ה'תרפ"ג), רב אין קרעשאוו.

אפשטאם

רבי לייביש איז געבוירן אין יאר ה'ת"ר (אומגעפעהר) צו זיין פאטער הרב ירוחם טייטלבוים פון טארנא, א זון פון הרב משולם זלמן יהונתן ליפשיץ, א זון פון אריה דבי עילאי

רבנות

רבי לייביש איז געווען רב אין קרעשאוו, און ווען זיין שווער רבי ברוך האלבערשטאם איז געווארן רב אין גארליץ, האט ער אים איבערגעגעבן דאס רבנות אין רודניק, ציזאמען מיט זיין זון רבי צבי הירש האלבערשטאם.

הסתלקות

רבי לייביש איז נפטר געווארן אין בערלין י"ז אלול[1] ה'תרפ"ג[2].

פאמיליע

רבי לייביש האט געהייראט מרת יוכבד רבקה א טאכטער פון הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם דער דברי חיים. זייערע קינדער:

  • הרב בנימין האלבערשטאם פון נוא יארק.
  • מרת פעסיל די פרוי פון הרב נפתלי טייטלבוים.
  • מרת מרים די פרוי פון הרב פנחס יוסף דאכנער. זייערע קינדער:
  • מרת פריידא די פרוי פון הרב משה אריה פריינד פון ירושלים.
  • הרב סיני דאכנער, הי"ד.
  • הרב ירוחם דאכנער, הי"ד.
  • הרב ישכר דוב בער דאכנער (תרס"ה - כ"ח אב תשנ"ב), באניער רב און רב פון די סאטמארער חסידים אין אנטווערפן.
  • הרב יעקב שמעון דאכנער, פון ברוקלין, ניו יארק.

רעפערענצן

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • דברי ברוך - ברוך שאמר, הרב ליפא זילברמאן, ה'תשנ"ט
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. אדער י"ח אלול
  2. אדער תרפ"ג אין אמעריקא

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!