ווארשע פאקט
תחום | |
---|---|
חברים | |
תקופת הפעילות | מאי 14 1955 – יולי 1 1991 (36 יאָרן) |
די ווארשע פּאקט (רוסיש: Варшавский договор) איז געווען א געמיינזאמע מיליטערישע בונד אונטער די פירערשאפט פון די סאוויעטן פארבאנד, אונטערגעשריבן אין ווארשע, פוילן. די פּאקט איז געשאפן געווארן דורך די סאוויעטן פאראיין און 7 לענדער פון די מזרח אייראפעאישע בלאק אום מאי 14 1955, אין ליכט פון די בערלין קריזיס, אלס ענטפער און קאנטער-באלאנס צו נאטא, איבערהויפט דאס באוואפענען און אנשלוס פון מערב דייטשלאנד אין די אליאנץ. די טערמין "ווארשע פּאקט" באציט זיך סיי צום אפמאך, און אויך צום דאן-געשאפענעם מיליטערישע בונד, די ווארשע בונד ארגאניזאציע (WTO).
אום 1990 איז מזרח דייטשלאנד ארויס פונעם בונד מיט די ווידער-פאראייניגונג פון דייטשלאנד. אום פעברואר 25 1991, נאך די די צעברעקלונג פון די קאמוניסטישע בלאק אין די שפעטע אכציגער יארן, האבן זיך די פארטיידיגונגס און אויסערן מיניסטארן פון די זעקס פארבליבענע לענדער געטראפן ביי א זיצונג אין אונגארן, און געמאכט אפיציעל די אפשאפונג פונעם פּאקט. די לענדער אנגעשלאסן אינעם סאוויעטן פאראיין האבן קורץ דערויף געשאפן די קאלעקטיווע זיכערהייט בונד ארגאניזאציע (CSTO), און אלע איבריגע לענדער פון די קאמוניסטישע בלאק אויסער די פאראיין, האבן זיך אנגעלאסן דורכאויס די קומענדיגע 20 יאר אין נאטא, אריינגערעכנט די באלטישע לענדער וועלכע זענען אנעקסירט געווארן ביים צווייטן וועלט קריג דורך די סאוויעטן פאראיין.
היסטאריע
אום מאי 9 1955 זענען אמעריקא און די איבריגע נאטא מיטגלידער איינגעגאנגען צו אריינעמען מערב דייטשלאנד אלס מיטגליד אין די אליאנץ, און דערמיט איר ווידער באוואפענען. די סאוויעטן פאראיין, וועלכע האט שוין געהאט קעגנזייטיגע פארטיידיגונגס אפמאכן מיט אלע לענדער אין די מזרח בלאק פון נאכ'ן צווייטן וועלט קריג, אויסער מזרח דייטשלאנד, האט - אויס מורא און אין פראטעסט פון א פארשטארקערטע נאטא און באוואפנטע דייטשלאנד, געשאפן א געמיינזאמע פּאקט מיט אלע אירע אליאירטע, ווי אלע אנגעשלאסענע וועלן פארטיידיגן דעם צווייטן אין פאל פון אטאקע, ערגענצנדיג די פריערדיגע אפמאכן מיט אלע שטאטן באזונדער, און אויך אריינגענומען דערין מזרח דייטשלאנד און איר באוואפנט.
רעפערענצן
קאטעגאריע:קאמוניזם קאטעגאריע:ווארשע קאטעגאריע:ראטנפארבאנד
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער