רבי יצחק אייזיק סאפרין
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית
פאראמעטער [ חסידות, זיינע רביס, עיקר חיבור, הויף ארט, פאריגער, קינדער1, ווייב1, פאטער, נומער אין דינאסטיע, קבורה ארט, מוטער, נאכפאלגער, פירערשאפט ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
געבורט | כ"ה שבט ה'תקס"ו |
---|---|
פטירה |
קאמארנא אוקריינע |
ספרים | חומש היכל הברכה; נוצר חסד; אוצר החיים און נאך |
נוסח פון זיין מציבה
|
---|
כתר תורה
פ”נ י’ אייר תרל”ד אדונינו מורינו ורבינו, רבן של ישראל, מאור הגולה, עמוד הימיני פטיש החזק, מופת הדור, הגאון קדוש אלקי, אספקלריא המאירה, אור מופלא ומכוסה, גאון הגאונים קודש הקדשים, מרא דרזין דנהירין ליה שבילי דרקיע כשבילי דנהר דעה, בוצינא קדישא, חסידא ופרישא, המפורסם בקדושתו וענוות צדקתו, עמוד ברזל, צדיק יסוד עולם, אור שבעת הימים, אוהב ישראל מרן רבינו מוהר”ר יצחק אייזיק יהודה יחיאל זללה”ה בהרב הצדיק הקדוש מו”ה אלכסנדר זללה”ה אב”ד דפה ת.נ.צ.ב.ה. |
רבי יצחק אייזיק יהודה יחיאל ספרין (כ"ה שבט ה'תקס"ו, 1806 - י' אייר ה'תרל"ד, 1874) איז געווען דער צווייטער רבי פון די קאמארנא דינאַסטיע.
ביאגראפיע
געבורן געווארן צו רבי אלכסנדר סענדער אייכנשטיין, רב אין זידיטשוב און אין קאמארנא, אום כ"ה שבט ה'תקס"ו. אין עלטער פון צוועלף יאר איז זיין פאטער אוועק, און ער איז אויפגעוואקסן ביי זיין פעטער רבי צבי הירש פון זידיטשוב, וואס איז אויך פאררעכנט געווארן ביי אים אלס זיין רבי. אום יאר ה'תקפ"ב האט ער געהייראט מרת גיטל טאכטער פון רבי אברהם מרדכי פון פינטשאוו, אטן איז געבליבן וואינען נעבן זיין שווער. מיט די צייט האט ער אויך אנגעהויבן דארט פירן באדמו"רות.
א קורצע צייט האט ער געדינט אלס דיין אין זידיטשוב, אבער זיי האבן אים איבערגעטראגן פון די רבנות. ער איז געווען ער איז געווען דערנידעריקט, געליטן, און אַפֿילו הונגעריק פֿאַר ברויט. רבי יצחק אייזיק האט געזאגט אז ער האט זוכה געווען צו אלע מדריגות נאר אויף דעם וואס ער האט אויסגעהאלטן אלע רדיפות און אלס אנגענומען מיט ליבע און פרייד.
שפעטערע יארן איז ער אריבער וואוינען אין שטאט ווי זיין טאטע האט געוואוינט קאמארנא, ווי ער האט געוואוינט ביז סוף ימיו, און ער איז אויך פאררופן אויף די שטאט "רבי אייזיק'ל קאמארנא'ער".
ער איז געווען דער ערשטער זיך צו באנוצן מיטן לעצטע נאמען "סאפרין"[א] וואס ער האט פארטוישט פון אייכנשטיין.
אין הקדמה צום ספר "זוהר חי" שרייבט אויף אים זיין זון רבי אליעזר צבי, אז ער איז געווען א גלגול פון דער ינוקא וואס ווערט געברענגט אין זוהר, אזוי אויך האט ער אליינס געשריבן אויף זיך אז ער איז געבורן געווארן אום יאר "משיח בן יוסף".
ר' יצחק יצחק ווערט פאררעכנט אלס דער דאמינאנטער און צענטראלער רבי אין דער געשיכטע פון קאמארנא. געווען באווסט אלס א בעל מופת, און איז געווען א "אדמו"ר לאלפים"[1], און א גרויסער שרייבער אין אלע חלקי התורה, מערסטנס אין תורת הקבלה, און איז געווארן אנגערופן מיטן טיטל "שר בית הזוהר". באקאנט מיט זיינע ארגינעלע פסיקות אין הלכה. ער האט זיך געהאלטן כמעט פאר א דירעקטער תלמיד פונעם בעש"ט, כאטש ער איז געווען עטליכע דורות נאך אים, און האט אסאך געהארעוועט מיטן אויסטייטשן זיין תורה. אין זײַנע ספרים האָט ער פֿאַראייביגט אַסאך דערציילונגען פֿון די תלמידי בעש"ט[1].
זיינע רביס זענען געווען זיין פעטער רבי צבי הירש פון זידיטשוב מיט רבי אברהם יהושע העשיל (אפטא), און איז אויך אסאך געפארן צו אלערליי צדיקי דורו.
לאחר פטירתו מילא את מקומו בנו רבי אליעזר צבי ספרין. בת אחת היתה לו לרבינו הרבנית הינדא שרה, אשת הרה”ק רבי מנשה יעקב קלינבערג זי”ע אביהם של אדמור”י בית זאלושיץ. בנו הרה”ק ר’ אלכסנדר סענדר זי”ע אשר נסתלק עוד בחיי אביו רבינו, השאיר אחריו שולשלת מפוארת בישראל. בנו אשר ישב על כסא רבינו וממלא מקומו וממשיך דרכו, הגה”ק המקובל האלקי כ”ק רבינו אליעזר צבי מקאמרנא זי”ע, אשר ממנו נמשך שלשלת הקודש עד ימינו עתה.
זיינע ספרים
שרייבן ספרים האט ער געהאלטן אלס די הויפט ווערק פון זיין, ער האט געשריבן אסאך ספרים אין וועלכע ער האט צוזאמגעשטעלט קבלת האר"י מיט תורת הבעש"ט, אריינגערעכנט צווישן זיי:
- היכל הברכה - אויף חמשה חומשי תורה, ווי ער שטעלט זיך שטארק אויף די מסורה.
- אוצר החיים - פירוש אויף תרי"ג מצוות על דרך הפרד"ס (געדרוקט אין חומש היכל הברכה).
- כתם אופיר - פירוש אויף מגילת אסתר (געדרוקט אין חומש היכל הברכה).
- זוהר חי - פירוש אויף ספר הזוהר לויט קבלת האר"י און תורת הבעש"ט.
- נתיב מצוותיך - הקדמה צו ספר 'אוצר החיים'.
- נוצר חסד - פירוש אויף מסכת אבות.
- אדם ישר - תפילות און סגולות געראטעוועט צו ווערן פון מגיפה.
- דרך אמונה - "דברים הנצרכים לתורה ולעבודה" (געדרוקט אין חומש היכל הברכה סוף פרשת בראשית).
אזוי אויך האט ער געשריבן א צאל ספרים אין תורת הנגלה אן הלכה, ווי פאלגנד:
- עצי עדן, מעשה ארג, ופני זקן - פירוש אויף משניות.
- עשירית האיפה - פירוש אויף תורת כהנים.
- פני זקן - פירוש אויף תלמוד ירושלמי מסכת שקלים.
- נדבת פי - פירוש אויף מסכת קינים, מיט הערות אויף זיינע אויבנדערמאנטע ספרים 'פני זקן' און 'עשירית האיפה'.
- שולחן הטהור - אויף סדר ההלכות אין שולחן ערוך.
באזונדער איז זיין ספר מגילת סתרים וואס פארמאגט צוויי אפטיילן. דער ערשטער איז "ספר החזיונות" וואס איז ווי א טאג-בוך פון חלומות און אנדערע מעשיות לויט די דאטומען, אזוי אויך רעדט ער אסאך ארום איבער שורשי הנשמות (אין הויכפונקט פון אים און די ארומיגע), דער צווייטער איז "מעשה השם" מעשיות אויף דער בעש"ט, וואס א גרויסער טייל פון זיי האט ער געהערט פון זיין שווער.
דער ספר איז ביז ארום ה'תש"י נישט געווען צו געפונען, סאיז נאר אריבער צווישן א קליין צאל קאמארנא חסידים בכתבי ידות, אום ה'תש"י האט מוסד הרב קוק דורך נפתלי בן מנחם געדרוקט צום ערשטן מאהל דעם ספר.
ליינט מער
- ברוך ישר (שליכטער), בית קומרנה, ירושלים תשכ"ה.
- רבי ישראל פרנקפורטר, שלשלת קאמארנא, ירושלים תשס"ה.
דרויסנדע לינקס
- דער ציון הקדוש אין קאמארנא, אויף אהלי צדיקים זייטל.
- רון וקס, די באנוץ מיט ייחודים ביי רבי יצחק יהודה יחיאל ספרין פון קאמארנא, אויף "דעת"
- יעקב מאיר, לעקציע אויף פני זקן ביי א צאמקום אין בר-אילן אוניווערסיטעט
- א ברייטער באשרייבונג אויף קברי צדיקים זייטל.
- אַ קאַגניטיוו מאָדעל פֿאַר דער מיסטיש דערפאַרונג און זייַן אַפּלאַקיישאַן אין די שריפטן פון רבי יצחק יצחק סאפרין פון קאמארנא יונתן שרייבער, 2013.
זיינע ספרים אויף HebrewBooks זייטל
- היכל הברכה (ואוצר החיים) - בראשית, שמות, ויקרא, במדבר, דברים
- זוהר חי - בראשית א, בראשית ב, שמות א, שמות ב, ויקרא במדבר דברים
- אדם ישר
- פני זקן אויף ירושלמי שקלים
- שולחן הטהור א, ב
- עשירית האיפה אויף תורת כהנים
- מגלת סתרים
- היכל הברכה אויף חמשה חומשי תורה אויף ויקיטקסט זייטל
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 יצחק אלפסי, החסידות.
קטגוריה:אדמו"רי קומרנה
קטגוריה:רבנים גליציאנים
קטגוריה:קומרנה: רבנים
קטגוריה:רבנים מקובלים
קטגוריה:פרשני מגילת אסתר
קטגוריה:פרשני ספר הזוהר
קטגוריה:המכלול: ערכים הנכללים בזים תורני
קטגוריה:פרשני התפילה
קטגוריה:פרשני התלמוד הירושלמי
[[{{{1}}}|ו{{{1}}}]]
ציטירן פאנטשער: ס'זענען דא <ref>
טעגס פאַר א גרופע וואס הייסט "hebrew", אבער מ'האט נישט געטראפן קיין <references group="hebrew"/>
טעג אנטקעגן, אדער א שליסנדיגער </ref>
פעלט.